Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

געווען אַ מאָל אַ לעמעלע; הײַנט בין איך אַ וואָלףI Was Once A Little Lamb But Today I Am A Wolf

בײַ חווה אַלבערשטיין איז ייִדיש תּמיד געווען אַ פּראָטעסט קעגן דעם דרוק צו ווערן „דער נײַער ישׂראלי

אַ גאַסט אויף אַ ווײַל, זיצנדיק צווישן דעם עולם אויף חוה אַלבערשטייינס תּל־אָבֿיבֿער קאָנצערט דעם 15טן יולי, וואָלט געקענט מיינען אַז דאָ קאָנצענטרירן זיך די לעצטע אחוס”לים (די ראשי־תּיבֿות פֿאַר „אַשכּנזי, חילוני, ותּיק, סאָציאַליסט, לאומי‟) — דער ישׂראלדיקער נוסח פֿונעם אַמעריקאַנער WASP.

אַ סך פֿון אונדז אין זאַל זײַנען טאַקע געווען אַשכּנזים, וועלטלעכע, אײַנגעזעסענע און לינק־געשטימטע, די א”ג „די אַלטע עליטע‟ פֿון מדינת־ישׂראל. אַלבערשטיין איז אויפֿגעטראָטן צוזאַמען מיטן אָרקעסטער „ישׂראלדיקער קאַמעראַטאַ‟ און מיט שלומי שבן, אַ יונגער אַרטיסט וואָס שרײַבט ראַפֿינירטע לידער און מוזיק און דערצו איז ער אַ געניאַלער פּיאַניסט. ווי באַקאַנט, קוקט מען הײַנט אויף אַזוינע מעלות מיט אַ געוויסן חשד. די סאַטירישע פּראָגראַם „ארץ נהדרת‟ (דאָס וווּנדערלעכע לאַנד), למשל, מאַכט חוזק פֿון חוהן און שלומין, פֿאָרשטעלנדיק זיי ווי די קלאָגערינס פֿון דער אַמאָליקער „ארץ ישׂראל הישנה והטובֿה‟ (דער אַלטער און גוטער אַמאָליקער ארץ־ישׂראל), ווי מע רופֿט די ערשטע דרײַסיק יאָר פֿון דער ייִדישער מדינה, ווען ס׳איז געווען אונטערן מפּא”י־רעזשים.

אָבער אַלבערשטיין איז קיין מאָל נישט געווען קיין מפּא”י־זינגערין. אַדרבא: ווען זי האָט דעבוטירט אין די בליִענדיקע סוף־זעכציקער יאָרן, איז זי געווען אַן אַנטיטעזע פֿון די נאַציאָנאַליסטישע זינגערינס ווי שושנה דאַמאַרי און יפֿה ירקוני. אַלבערשטיין האָט נישט געזונגען די נצחון־לידער פֿון 1967 אָדער די פֿריילעכע מיליטערישע לידלעך. אַ קליינע, אַ בלאָנדע, תּמיד מיט איר גיטאַר — איז זי געוואָרן דאָס נײַע קול פֿון ישׂראלדיקן יחיד, נישט קיין נאַציאָנאַליסטישע זינגערין, נאָר אַ פֿאָלקס־זינגערין. אין יאָר 1971 האָט זי געשמט מיט איר ליד „משירי ארץ אהבתּי‟ — אַ וווּנדערלעכע באַלאַדע וואָס לאה גאָלדבערג האָט געשריבן און דפֿנה אילת האָט קאָמפּאָנירט. דאָס איז תּיכּף געוואָרן אַ צווייטער הימען, און אַפֿילו אין די אָפֿיציעלע פֿײַערונגען פֿון 70 יאָר מדינת־ישׂראל, מיט אַ יאָר צוריק, האָט מען דאָס ליד געזונגען. אָבער ווי ווײַט איז „משירי ארץ אהבתי‟ פֿון „התּקווה‟! ווען לאה גאָלדבערג האָט געשריבן „מכורה שלי, ארץ נוי אביונה‟ [מײַן היימלאַנד, דאָס חנעוודיקע אָרעמלאַנד] האָט זי דווקא געטראַכט וועגן דער ליטע, אַוווּ „זיבן טעג אַ יאָר איז פֿרילינג‟, און נישט וועגן ישׂראל. פֿון דעסטוועגן, ווער פֿון אונדז, ישׂראלים, קאָן זיך נישט אידענטיפֿיצירן מיט די ווערטער: „ומעיר לעיר, ממדינה למדינה / אנודה עם שיר ותבת נגינה / לתנות דלותך הזוהרת‟ [און פֿון שטאָט צו שטאָט, פֿון לאַנד צו לאַנד, / וועל איך וואַנדערן מיט אַ ליד און אַ שאַרמאַנקע / כּדי צו קלאָגן איבער דײַן גלענצנדיקן דלות]. אָט דאָס האָט חוה אַלבערשטיין געזונגען פֿון אָנהייב אָן, דעם „גלענצנדיקן דלות‟ פֿון ארץ־ישׂראל.

אַ סך יאָרן האָט חוה געקליבן די שענסטע טעקסטן פֿון פּאָעטן, ווי למשל רחל המשוררת, נתן אַלטערמאַן און זײַן טאָכטער תּרצה אתר, און מוזיק פֿון די בעסטע קאָמפּאָזיטאָרן ווי סאַשאַ ארגוב, משה ווילנעסקי און מתּי כּספּי. דערפֿאַר זענען אַלע נשתּומם געוואָרן ווען זי האָט אָנגעהויבן זינגען אירע אייגענע לידער, ווי „שרלייה‟, אַ פּראָטעסטליד וועגן די נײַע עולים אין חיפֿה, און בפֿרט מיט אַ יאָר שפּעטער, ווען ס’איז אַרויס „לאָנדאָן‟. דאָס ליד „לאָנדאָן‟ הייבט זיך אָן מיט די ווערטער: „שלום, אני נוסעת‟ — די געזעגענונג פֿון אַ פֿרוי, וואָס דאָס לעבן אין ישׂראל איז איר נימאס געוואָרן; דווקא דאָרטן, אין לאָנדאָן, זאָגט זי, איז איר באַקוועמער זיך מייאש צו זײַן.

אויפֿן זעלבן דיסק האָט חוה געזונגען איר אייגענעם „חד גדיא‟, דאָס ליד פֿון דער הגדה מיט אַ נײַער צוגאָב: „איך בין געווען אַ מאָל אַ לעמעלע און הײַנט בין איך געוואָרן אַ וואָלף‟. בעת דער ערשטער אינטיפֿאַדע־יאָרן האָבן אַ סך ישׂראלים געזען דאָס ליד גלײַך ווי אַ שטיין געוואָרפֿן פֿון די פּאַלעסטינער.

נאָך איר טור אין לאָנדאָן האָט חוה ווייניק געשריבן פּאָליטישע לידער, אָבער אין די נײַע רעכט־געשטימטע צײַטן האָט מען זי שוין פֿאַרשטעמפּלט ווי אַ לינקע. זי איז כּמעט נישט אַרויסגעטראָטן אין ישׂראל, און אַ סך האָבן טאַקע געמיינט אַז זי איז אַוועק קיין לאָנדאָן, אָדער ערגעץ אַנדערש וווּ. נאָר ניין: אַלבערשטיין האָט זיך קיינמאָל נישט דערווײַטערט פֿון אונדזער „חנוודיק אָרעמלאַנד‟, און ווײַטער געשריבן און געזונגען צענדליקער נײַע לידער. זי האָט זיך וואָס אַ מאָל באַנײַט, און אין יעדן דיסק האָבן זיך געפֿונען סורפּריזן.

אין די „גלותדיקע יאָרן‟ האָט אַלבערשטיין איבערראַשט אויך די ייִדיש־וועלט. שוין בײַם סאַמע אָנהייב, אין 1967, ווען זי איז געווען נאָר צוואַנציק יאָר אַלט, איז אַרויס דער דיסק „האָבן מיר אַ ניגונדל‟, אַ רײַכער רעפּערטואַר פֿון פֿאַרשיידענע ייִדישע לידער, און במשך פֿון די יאָרן האָט זי אַרויסגעגעבן נאָך עטלעכע ייִדישע דיסקן. אָבער נאָך איר פֿילם פֿון יאָר 1995, [„מוקדם מדי לשתוק, מאוחר מדי לשיר‟ (צו פֿרי צו שווײַגן, צו שפּעט צו זינגען](צו פֿרי צו שווײַגן, צו שפּעט צו זינגען](https://www.youtube.com/watch?v=lS9KTiqNdn4&t=412s “„מוקדם מדי לשתוק, מאוחר מדי לשיר‟ (צו פֿרי צו שווײַגן, צו שפּעט צו זינגען”), וועגן די לעצטע ייִדישע פּאָעטן אין ישׂראל, האָט זי אָנגעהויבן אַליין קאָמפּאָנירן ייִדישע לידער. „די קרעניצע‟, דער אַלבאָם וואָס איז אַרויס אין 1998, באַגלייט פֿון די ניו־יאָרקער „קלעזמאַטיקס‟, איז געווען אַזש אַ רעוואָלוציע בײַ אונדז אין ייִדישלאַנד. מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער האָט חוה ממשיך געווען צו קאָמפּאָנירן ייִדישע לידער, און אין 2006 איז געבוירן געוואָרן „לעמעלע‟ (איך האָב דעמאָלט געהאָט די זכיה איבערצוזעצן די לידער אויף עבֿרית, און אַזוי אַרום האָב איך זיך באַקענט מיט מײַן באַליבטסטער זינגערין — אַ זעלטענער מענטש אין אַלע זינען).

מיט די יאָרן איז חוה אַלבערשטיין צוריק אַרויס אין דער עפֿנטלעכקייט און אָפֿט אַרויסגעטראָטן אין ישׂראל. אָבער אין דעם נײַעם מילעניום איז זי געוואָרן אַ זינגערין פֿון אַ באַזונדערן פּובליקום. אַפֿילו דער עולם, וואָס מע קאָן זיי רופֿן „דער צווייטער דור‟, סאַברעס וואָס האָבן געהערט מאַמע־לשון אין שטוב, זײַנען שוין איצט ווײַט פֿון ייִדיש. זיי זענען טאַקע געקומען אויף איר ייִדישן קאָנצערט מיט עטלעכע וואָכן צוריק, מיטגעזונגען „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟ און „אויפֿן פּריפּעטשיק”. מיר דאַכט זיך אָבער אַז זיי האָבן ווייניק געקענט אירע נײַע ייִדישע אוצרות. ווען זי האָט אָבער אָנגעהויבן זינגען די אַלטע העברעיִשע לידער ווי „משירי ארץ אהבתי‟, האָבן זיי אַפּלאָדירט מיטן גאַנצן כּוח, ווי זיי וואָלטן יאָרן לאַנג געוואַרט אויף דעם.

דאָס רובֿ לידער אין דעם קאָנצערט זײַנען טאַקע געווען פֿון די דיסקן „די קרעניצע‟ און „לעמעלע‟. צוזאַמען מיט שלומי שבן און דעם אָרקעסטער האָבן די באַקאַנטע לידער באַקומען אַ נײַעם טעם, און אַמאָל אַפֿילו אַ נײַעם פּירוש: „לעמעלע‟ (וואָס בער שנאַפּער האָט געשריבן פֿאַרן חורבן) איז געוואָרן אַ סימפֿאָניש ווערק, ווי אַ מין רעקוויעם; אויך „מײַן שוועסטער חיה‟ פֿון בינעם העלער האָט באַקומען אַ מאַזשאָרישע אינטערפּרעטאַציע. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז „די עלטער‟, דאָס ליד פֿון איציק פֿעפֿער וועגן דער זיקנה, געוואָרן אַ הוליאַנקע פֿון אַלע כּלים אין אָרקעסטער, און בפֿרט די שלאָג־אינסטרומענטן. בײַ די אַנדערע לידער, איז חוה געשטאַנען פֿון פֿאָרנט און באַהערשט דעם אָרקעסטער ביד־רמה; דאָ און דאָרטן האָבן די אינסטרומענטן אַפֿילו געשוויגן, און זי האָט געזונגען אַ קאַפּעלאַ.

אַלץ אין איינעם — דער נײַער דיאַלאָג, די לידער אויף ייִּדיש און העברעיִש — איז געוואָרן אויף דער בינע אַ מין שלמות. אַ שאָד נאָר, האָב איך געטראַכט, אַז אַ סך פֿון חוהס ליבהאָבערס אין ישׂראל קאָנען נישט אירע לידער אויף ייִדיש, פּונקט ווי אַ סך פֿון די ייִדיש־ליבהאָבערס אין דער וועלט קאָנען נישט חוהס העברעיִשע לידער. און חוה אַלבערשטיין קאָן מען באמת פֿאַרשטיין — ווי אַ גאַנצקייט — נאָר ווען מען ברענגט צוזאַמען אירע פֿאַרשיידענע פּנימער. אין יאָר 2006 האָט זי בעת אַן אינטערוויו דערקלערט: „ייִדיש איז בײַ מיר געווען אַ פּראָטעסט קעגן דעם שטאַרקן ווילן אונדז אַלעמען אַרײַנצוּוואַרפֿן אין אַ שמעלצטאָפּ און שאַפֿן אַ נײַעם ׳מענטש׳; אַן עקשנותדיקער אַקט אָנצוהאַלטן ייִדיש, און עס שטאַמט פֿון מײַן אָפּזאָגן זיך צו ווערן אָט דער ׳נײַער ישׂראלי’‟.

בכן, די וואָרצלען פֿון איר „חד גדיא‟ דאַרף מען זוכן בײַ די לידער פֿון „האָבן מיר אַ ניגונדל‟: זיי שטאַמען פֿון איין מקור. בײַ חוה אַלבערשטיין לעבן גלות און ארץ־ישׂראל בשלום; ווען זי טרעט אַרויס, גייט זי אַריבער פֿון איין ליד אויף ייִדיש צו אַן אַנדערן אויף עבֿרית, ווי ביידע וואָלטן געשריבן געוואָרן אין איין גאַמע, ווי ייִדיש וואָלט געווען אַ נאַטירלעכע שפּראַך אין דער ייִדישער מדינה.

איך האָב אָנגעהויבן מײַן אַרטיקל, זאָגנדיק אַז בײַם קאָנצערט האָט מען געקענט מיינען אַז אין עולם זיצן, בדרך־כּלל, די אײַנגעזעסענע אַשכּנזישע עליטע, אָבער אייגנטלעך האָט מען יאָ געזען, צווישן די ווײַסע קעפּ, נישט ווייניק יונגע אָנהענגערס פֿון חוה אַלבערשטיין. ס’איז אַ פֿענאָמען, אויב נישט קיין נס, אַז נאָך מער ווי פֿופֿציק יאָר און ממש זעכציק דיסקן, ציט חוה אַלבערשטיין ווײַטער צו יונגע לײַט — און נישט נאָר צוהערערס, נאָר אויך יונגע און טאַלאַנטירטע מוזיקערס, וואָס שאַפֿן מוזיק צוזאַמען מיט איר. חוהס יונגע חסידים — אַזוי גלויב איך — זײַנען גרייט און וויליק צו הערן, און ליב צו האָבן, די לידער פֿון אירע אַלע תּקופֿות, סײַ די אַלטע און סײַ די נײַע, און די ייִדישע לידער בתוכם.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version