וואָס עס שטייט אין בירגער־מײַסטער דעבלאַזיאָס ייִדישן „וואַטסאַפּ‟What Mayor De Blasio’s Yiddish Whatsapp Actually Says
סאַטמאַרער עסקנים האָבן לעצטנס דורך דער אינטערנעץ, אויף ייִדיש, זיך געבעטן בײַם חסידישן ציבור צו שטיצן דע בלאַזיאָס קאַמפּאַניע.
חסידישע עסקנים וואָס שטיצן די פּרעזידענטישע קאַמפּאַניע פֿונעם ניו־יאָרקער בירגער־מײַסטער ביל דעבלאַזיאָ האָבן לעצטנס, דורך דער אינטערנעץ, אַרויסגעשיקט אַן אַפּעל אויף ייִדיש, צו שטיצן זײַן קאַמאַניע.
ניצנדיק „וואַטסאַפּ‟, האָבן די פֿירער פֿון די סאַטמערער קרײַזן גערופֿן די חסידים צו געבן אַ בײַשטײַער — אַפֿילו בלויז 1$ — צו דע בלאַזיאָס קאַמפּאַניע, כּדי צו דערמעגלעכן זײַן באַטייליקונג אין דער טעלעוויזירטער דעבאַטע פֿון די דעמאָקראַטישע קאַנדידאַטן אין סעפּטעמבער.
„מיר בעטן אייך בכל לשון של בקשה, בײַשטײַערט אָ דאָלאַר מיט אײַער קרעדיט קאַרד,‟ איז געשטאַנען אינעם „וואַטסאַפּ‟. „בעט אויך אײַער פֿרוי און ערוואַקסענע קינדער וואָס האָבן קרעדיט קאַרדס צו בײַשטײַערן… געדענקט: ס’איז זעלטן וואָס אַ דאָלאַר טראָגט אַזאַ ווערד.‟
נעמענדיק אין באַטראַכט אַז בדרך־כּלל זענען די חסידים נישט פּאָליטיש אַקטיוו, גיבן די עסקנים צו אַזאַ דערקלערונג: „איר זענט טאַקע נישט געוווינט צו געבן פּאָליטישע בײַשטײַערונגען, אָבער דאָס איז אַ חסד פֿאַרן ציבור, דורכן ווײַזן אַז עס אינטערעסירט אונדז.‟
און טאָמער פֿאַרשטייט עמעצער נישט פֿאַר וואָס ס׳איז אַזוי וויכטיק צו שטיצן דווקא דע בלאַזיאָ, באַטאָנט דער „וואַטסאַפּ‟ וויפֿל דער ביגער־מײַסטער האָט געהאָלפֿן דעם חסידישן ציבור במשך פֿון זײַן קאַדענץ: „מיטן געבן דעם דאָלאַר שטיצט איר נצרכים [די חסידישע אָרעמע לײַט], דעם גאַנצן חרדישן ציבור און אונדזערע רעכטן און געברויכן, דורך ענטפֿערן דעם רוף פֿון עסקנים, וואָס דאַרפֿן ווײַזן אַז דער ציבור אָנערקענט די וואָס פֿאַרשטייען אונדזערע אינטערעסן.‟
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO