דער לינגוויסט דוד כּ׳׳ץ וועט לערנען אַ ייִדיש־קלאַס אָנלײַןLinguist Dovid Katz to Teach Online Yiddish Class
דער אַוואַנסירטער קורס איז איינער פֿון אַ ריי קלאַסן בײַם אַרבעטער־רינג וואָס וועלן געפֿירט ווערן אויף ייִדיש.
שוין פֿינף יאָר וואָס דער ניו־יאָרקער „אַרבעטער־רינג‟ שטעלט צו אַ ריי ייִדיש־קלאַסן דורך דער אינטערנעץ. מיט יעדן זמן ציט צו די פּראָגראַם, בראָש מיט קאָליע באָראָדולין, אַלץ מער לערער, צווישן זיי — אַ ריי באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן אויף דער ייִדישער גאַס.
לעצטנס האָט מען אַנאָנסירט אַז דער ייִדישער לינגוויסט, שרײַבער און רעדאַקטאָר ד׳׳ר דוד כּ׳׳ץ, וועט צום ערשטן מאָל לערנען אַן אַוואַנסירטן ייִדיש־קלאַס ווי אַ טייל פֿון דער ייִדיש־פּראָגראַם בײַם אַרבעטער־רינג. דער קלאַס וועט פֿאָרקומען אין גאַנצן אויף ייִדיש. אין זײַן ווירטועלן קלאַס, וואָס הייבט זיך אָן סוף־אָקטאָבער, וועט ער זיך קאָנצענטררירן אויף די קנייטשן פֿון דער ייִדישער אידיאָמאַטיק און סטיליסטיק דורכן לייענען ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.
אַחוץ דוד כּ׳׳ץ, וועלן בײַם אַרבעטער־רינג אויך פֿאָרקומען אַנדערע קלאַסן אין גאַנצן אויף ייִדיש. ד׳׳ר מיכל וועקס וועט לערנען אַ קלאַס וועגן ייִדישע אידיאָמען; ד׳׳ר יצחק ניבאָרסקי וועט לערנען וועגן לאָטעריעס און גורלות אין דער ייִדישער ליטעראַטור; ד׳׳ר מרים טרין וועט לערנען וועגן אַבֿרהם סוצקעווערס חורבן־פּאָעזיע און זײַנע ערשטע ווערק נאָך יענע גרויליקע יאָרן; ד׳׳ר אַבֿרהם ליכטנבוים וועט לערנען וועגן דעם אַרגענטינער צווײַג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און אַ צווייטן קלאַס וועגן די מאָדערניסטישע שרײַבער לייב נײַדוס, משה בראָדערזאָן און א. מ. ווײַסנבערג; ד׳׳ר גענאַדי עסטרײַך וועט לערנען וועגן ראַדיקאַלע שרײַבער אויף ייִדיש און ד׳׳ר שבֿע צוקער וועט באַקענען אַוואַנסירטע ייִדיש־סטודענטן מיט די אויטאָביאָגראַפֿיעס פֿון באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער.
עס וועלן אויך פֿאָרקומען עטלעכע מיני־קורסן: באָריס סאַנדלער וועט לערנען וועגן דעם נאָך־מלחמהדיקן דור ייִדישע שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד; ד׳׳ר דובֿ־בער־קערלער — וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור פֿונעם יאָר 1919, און ד׳׳ר לייזער בורקאָ — וועגן דעם סלענג פֿון ייִדיש־רעדנדיקע גנבֿים.
בסך־הכּל וועט דער האַרבסט־זמן בײַם אַרבעטער־רינג אַרײַננעמען 39 פֿאַרשידענע קלאַסן. נאָך אינפֿאָרמאַציע, קוועטשט דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO