Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פּאַנעל־דיסקוסיע וועגן הײַנטיקער ווירקונג פֿונעם „בונד‟Panel Discussion On the Jewish Labor Bund’s Influence Today

פּאָליטישע אַקטיוויסטן, שרײַבער און היסטאָריקער וועלן אַרומרעדן ווי דעם בונדס פֿילאָסאָפֿיע ווירקט אויף זייערע טעטיקייטן אין טראָמפּס אַמעריקע.

זונטיק איז אינעם „ניו־יאָרק טײַמס‟ דערשינען אַ מיינונג־אַרטיקל פֿון דער באַקאַנטער זשורנאַליסטקע מישעל גאָלדבערג, אין וועלכן זי באַשרײַבט דעם ווידער־אויפֿלעב פֿונעם ייִדישן ראַדיקאַליזם ווי אַן אָפּרוף אויף דער טראָמפּ־אַדמיניסטראַציע. כאָטש זי דערמאָנט בכלל ניט דעם „ייִדישן אַרבעטער בונד‟, איז קלאָר פֿון די לינק־געשטימטע אַקטיוויסטן מיט וועמען זי האָט גערעדט, אַז די אַמאָליקע אָרגאַניזאַציע און דער באַגריף „דאָיִקייט‟ (וואָס ווערט יאָ ציטירט אינעם אַרטיקל) האָבן זיכער געהאַט אַ השפּעה אויף זייער געדאַנקען־גאַנג.

מישעל גאָלדבערג איז ווײַט ניט דער ערשטער צו באַמערקן אַזאַ טענדענץ. דער ניו־יאָרקער ייִוואָ האַלט בײַם אָרגאַניזירן אַ פּאַנעל־דיסקוסיע וועגן דעם ווי אַזוי די פּאָליטישע פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם „בונד‟ ווירקט הײַנט אויף דער ייִדישער גאַס. אין דער פּראָגראַם, וואָס וועט פֿאָרקומען מאָנטיק, דעם 16טן סעפּטעמבער, וועלן די פּאַנעליסטן אַרומרעדן פֿאַר וואָס ס׳האָט זיך במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר פֿאַרשטאַרקט דער אינטערעס צום „בונד‟; ווי אַזוי די פֿילאָסאָפֿיע פֿון דער אָרגאַניזאַציע ווירקט אויף די הײַנטיקע פּאָליטישע אַקטיוויסטן און קולטור־טוערס, און וועגן דעם צוצי פֿון „דאָיִקייט‟ ווי אַן אַלטערנאַטיוו צום ציוניזם.

מיטן פּאַנעל וועט אָנפֿירן דער מומחה וועגן דעם „ייִדישן אַרבעטער בונד‟, דזשעק דזשייקאָבס, וואָס וועט אויך געבן אַן אַרײַנפֿיר צו דער געשיכטע פֿון דער אָרגאַניזאַציע. צווישן די פּאַנעליסטן וועט זײַן די זשורנאַליסטקע מאָלי קראַבאַפּל, וועמענס עסיי אינעם „ניו־יאָרק רעוויו אָוו בוקס‟ פֿאַראַיאָרן וועגן איר עלטער־זיידן און דעם „בונד‟ האָט צוגעצויגן אַ גרויסן אינטערעס צו דער טעמע בײַם ברייטן עולם. (קראַבאַפּל האָט זיך אַגבֿ הײַיאָר געלערנט ייִדיש אין דער ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם, כּדי ווײַטער אויסצופֿאָרשן די טעמע.)

עס וועלן זיך אויך באַטייליקן די בונדיסטקע און פּאָעטעסע אירענאַ קלעפּפֿיש,; די קינסטלערין און אַקטיוויסטקע דזשעני ראָמיין און דזשייקאָב פּליטמאַן, דער פֿאַרלעגער פֿון „דשויִש קאָרענטס‟, וועמענס עסיי וועגן דעם גלות־נאַציאָנאַליזם און „בונד‟ אין דער זעלביקער פּובליקאַציע האָט פֿאַראַיאָרן באַקומען אַ סך אויפֿמערק אין דער אַלגעמיינער פּרעסע, און איז אויך זונטיק ציטירט געוואָרן אין מישעל גאָלדבערגס אַרטיקל.

די פּראָגראַם וועט זיך אָנהייבן 7 אַ זייגער. דער אײַנטריט איז בחינם אָבער מע קען זיך רעזערווירן אַן אָרט פֿון פֿריִער.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version