Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

גאָט איז נישט קיין מאָנסטערGod Isn’t Some Sort Of Monster

ווי אַ חסידיש קינד האָט די מחברטע טאַקע געציטערט פֿאַר די ימים־נוראים (באַגלייט מיט אַן אוידיאָ פֿון אַ ליד וואָס זי האָט קינדווײַז זיך אויסגעלערנט).

הערט זיך צו צום ליד, וואָס שיפֿרה האָט זיך אויסגעלערנט אין שול

די זון האט אויפגעשיינט אויפ׳ן טונקל גרויען הימל, און מיינע טריט האבן זיך פארשנעלערט אין אנגסט. מיינע אויגן האב איך געהאלטן אראפגעלאזט, אויפ׳ן נאסן אספאלט וועלכע איז נארוואס באגאסן געווארן פון א שלאקס רעגן…

דאס קילע ווינטל האט ווי אנגעזאגט די בשורה וועגן דעם אנקום פון די ימים נוראים. די טעג ווען „אפילו די פיש אין וואסער צוטערן פאר׳ן יום הדין.‟

איך האב אזוי מורא געהאט צו קוקן אויפ׳ן הימל אבער דער אפטימיסט אין מיר האט זיך געבעטן… „פארוואס זאל איך זיך פייניגן מיט שולד געפילן, ווען אפשר איז מיין גאנצע זארג גאר אומזיסט!?‟

איך בין שוין געשטאנען נעבן מיין הויז, ווען איך האב זיך ענדליך אונטערגעגעבן און ארויפגעקוקט אויפ׳ן הימל. א פראכטפולע רעגן בויגן האט זיך באוויזן, און מיר איז שווארץ געווארן פאר די אויגן.

פון ווען איך בין א יונג קינד געווען האבן מיינע לערערינס דערציילט וועגן נח און דעם מבול, אז דער באשעפער האט צוגעזאגט מער קיינמאל נישט צו פארפלייצן די וועלט, אבער אויב אידישע קינדער וועלן זיין זייער זינדיג און באמת ווערד זיין די שטראף פון א מבול, וועט ער שיקן א רעגן בויגן ווי א סימן אויפ׳ן הימל…

אין א גרינעם מיטוואך, אינמיטן יאר, איז שוין גענוג געפערליך ווען מען דערלעבט זיך צו זען אזא זאך… קל וחומר, אין די יעצטיגע טעג פון תשובה! ווען יעדע מינוט ווערט געווידמעט צו זאמלען זכותים, כדי צו פארהיטן ווערן פון אומגליק און זוכה זיין צו נאך א יאר פון לעבן! ווי שרעקליך פארזינדיגט דארף איך זיין? אז דוקא יעצט שיקט דער באשעפער א רעגן בויגן?!

איינגעבויגן איבער׳ן מחזור אין שול האב איך זיך אויסגעבעטן און געוויינט צום באשעפער זאל מיר מוחל זיין פאר מיינע פילע זינד. פאר׳ן נישט מכבד זיין מיינע עלטערן ווי עס געברויך צו זיין, פאר׳ן פארגעסן א ברכה, אדער בטעות פארלעשן עלעקטרע שבת. די ליסטע איז געווען לאנג און איך האב געציטערט אז גאט וועט מיר באשטראפן.

עס איז איז אין מיר איינגעבאקן געווארן אזויפיל מעשיות וועלכע שילדערן די שווערע עונש וואס קומט ווען מען טוט נישט גענוג תשובה אויף די זינד.

ווען איך בין זעקס יאר אלט געווען האט מיין לערערין דערציילט וועגן א צדיק וועלכע האט אמאל שפאצירט אין וואלד, און פלוצלונג געהערט א יאמערליך געוויין. ער איז נאכגעגאנגען די שטימע, און געפינען א יונגע פרוי מיט איר טאכטער נעבן א גרויסן טאפ פול מיט הייס זודיגע וואסער. אינעווייניג האבן זיך געקאכט זייערע קליידונג. די פרוי האט מיט געוויין דערציילט דעם צדיק אז זי איז באמת מער נישט בין החיים… אבער צוליב דעם וואס זי פלעגט קליידן איר טאכטער מיט אומ-צניעות׳דיגע קליידער, האט זי באקומען די שטראף אז זי מיז יעדן טאג אנטון איר באליבט קינד מיט הייסע קאכעדיגע קליידונג… איך גלייב נישט מער אין יענעם אכזריות׳דיגן גאט.

ווען מיין טייערע מאן האט צוערשט פרובירט מיר אויפקלערן אז דאס איז נישט אידישקייט, האב איך מורא געהאט אים צו הערן. אבער ער האט געהאט מיט מיר אן א שיעור געדולד. ער האט מיר געוויזן וואונדערליכע געדאנקען אין די הייליגע ספרים וועלכע האבן גערעדט צו מיין נשמה. הערליכע באגריפן וואס מיינע לערערינס, אדער זיינע מלמדים האבן קיינמאל נישט גערעדט דערוועגן.

נעכטן בין איך געזעסן אין שול און מיטגעטיילט מיט מיינע באקאנטע ווי גליקליך זיי קענען זיך שפירן אז זיי האבן די געלעגנהייט צו קומען ראש השנה און יום כיפור צום דאווענען מיט א געפיל פון דערהויבנקייט און גייסטיגע באנייאונג, אנשטאט די אומעט און שרעק פון עפעס א פיקטיווע מאנסטער גאט.

יעדן טאג איז דא אזויפיל מכיר טובה צו זיין אין מיין לעבן, אבער מיין טיפע דאנקבארקייט פאר מיין פרייהייט ווערט פילפאכיג שטערקער אין די יעצטיגע טעג פון אלול און תשרי.

—————————————————————————————————————————————————————————————————————————————————————————————————- שפֿרה לאָווען העלפֿט עלטערן בויען אַ בעסערן קשר מיט זיך אַליין און במילא מיט זייער קינד. פֿאַרבינדט זיך מיט איר פֿייסבוק־זײַט דאָ

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version