לאָנדאָנער ייִדישיסטן אויף אַ טור פֿון סטאַמפֿאָרד היל, אויף ייִדישLondon Yiddishists Get Tour Of Stamford Hill in Yiddish
בעת דעם וויזיט האָבן די אָרטיקע חסידים זיך באַצויגן פֿרײַנדלעך און דרך־ארצדיק צו די, בדרך־כּלל, סעקולערע געסט.
די „ייִדישע שטוב לאָנדאָן‟ האָט אָרגאַניזירט אַ שפּאַציר אַרום דער לאָנדאָנער געגנט פֿון סטאַמפֿאָרד היל, די געגנט אין לאָנדאָן מיט דער גרעסטער באַפֿעלקערונג פֿון אַלע חסידישע שיטות. ס׳איז אויך אמת אַז האַקני (דער ראַיאָן וווּ סטאַמפֿאָרד היל געפֿינט זיך) איז דאָס אָרט אין אייראָפּע מיט די גרעסטע צאָל ייִדן.
וואָס איז אָבער געווען מערקווירדיק וועגן דעם שפּאַציר? אמת, ס׳איז נישט גרינג צו געפֿינען אַ טור פֿון חסידישע געגנטן. אָבער אונדזער שפּאַציר איז געווען נאָך מער אייגנאַרטיק מיט דעם וואָס אַלץ האָט מען געפֿירט אויף ייִדיש, און וואָס אונדזער וועגווײַזער איז געווען הרבֿ מענדי קאָרער, וואָס פֿירט אָן מיט אַ חב״ד־שטיבל אין איסלינגטאָן, לאָנדאָן. קאָרער איז אויפֿגעוואַקסן אין סטאַמפֿאָרד היל, דאָס „שטעטל‟, ווי די היגע רופֿן עס. ער פֿירט שוין פֿון לאַנג פֿאַרשידענע גרופּעס מענטשן אויף טורן פֿון דער געגנט פֿאַר מענטשן וועלכע ווילן זיך באַקענען מיטן לעבן־שטייגער פֿון די אָרטיקע חסידים.
דאָס איז אָבער געווען צום ערשטן מאָל וואָס מע בעט אים פֿירן דעם טור אויף ייִדיש. ער האָט אונדז דערציילט, אַז ער איז געווען שטאַרק באַאײַנדרוקט מיט אונדזער בקשה און נאָך מער — וואָס אינעם שפּאַציר האָבן זיך באַטייליקט מענטשן פֿון אַלע עלטערס, פֿון עופֿעלעך ביז פּענסיאָנערן.
קאָרער איז ניט געווען דער איינציקער וואָס האָט זיך געחידושט. די גאַנצע צײַט זענען מענטשן צוגעקומען צו אונדז כּדי צו באַגריסן קאָרערן, אָבער אויך צו געבן אַ קוק וואָס ער טוט מיט דער גרופּע פֿרעמדע לײַט. נאָך איידער מיר האָבן זיך געטראָפֿן מיט קאָרער אין דער סטאַמפֿאָרד היל ביבליאָטעק, האָבן אין אויטאָבוס געקוקט אויף אונדז די היגע חסידים און קענטיק נײַגעריק זיך צוגעהערט צו אונדזער שמועס.
קאָרער האָט געוואַרט אויף אונדז אין דרויסן פֿון ביבליאָטעק. ביסלעכווײַז זענען אַלע, אַרום צען לײַט, אָנגעקומען און ער האָט אָנגעהויבן דעם טור, זאָגנדיק אַז דאָס וועט אויך פֿאַר אים זײַן אַ נײַע, אינטערעסאַנטע איבערלעבונג צוליב דעם וואָס ער האָט קיינמאָל ניט געפֿירט קיין טור אויף ייִדיש. ער האָט געגעבן אַן אַרײַנפֿיר וועגן דער ייִדישער געשיכטע אין לאָנדאָן, בפֿרט וועגן ייִדיש לעבן אין „איסט לאָנדאָן‟, וווּ אָרעמע אייראָפּעיִשע ייִדן האָבן אַ מאָל געוווינט און ווי אַזוי פֿרומע ייִדן האָבן זיך ביסלעכווײַז אַריבערגעקליבן אויף צפֿון, אין סטאַמפֿאָרד היל, אינעם „שטעטל‟.
ער האָט אויך דערקלערט אַז די ייִדן אין דער געגנט זײַנען חסידיש, בעת אין גאָלדערס גרין און אַנדערע באַקאַנטע געגנטן מיט אַ סך ייִדן, וווינען ניט־חסידישע חרדים, ייִדן פֿון אַנדערע רעליגיעזע שטראָמען און וועלטלעכע. דערבײַ האָט ער גערעדט וועגן דער געשיכטע פֿון חסידיזם, און וואָס טוט זיך אין אַלגעמיין מיט זיי הײַנט־צו־טאָג.
מיר האָבן באַזוכט אַן אָרט אין אַ הויף וווּ מע טובֿלט געפֿעס; אַ שיינעם, מאָדערנעם חב”ד קהילה־צענטער און די ביבליאָטעק, וווּ עס געפֿינען זיך פֿאַרשיידענע ביכער אויף ייִדיש (איינער אין אונדזער גרופּע האָט נאָך דעם טאַקע באַשלאָסן צו ווערן אַ מיטגליד פֿון דער ביבליאָטעק), עטלעכע שולן און שטיבלעך. צווישן זיי — האָט אונדז דערקלערט אַ פֿאַרבײַגייער — זענען געווען צוויי באַזונדערע סאַטמערער שטיבלעך, אַזוי ווי מע זעט אין ניו־יאָרק — אַ רעזולטאַט פֿון דער צעשפּאַלטונג צווישן די נאָכגייער פֿון ר׳ זלמן טייטלבוים און די פֿון ר׳ אַהרן טייטלבוים.
גייענדיק פֿון איין אָרט צום אַנדערן, זעט מען אין די גאַסן פּלאַקאַטן מיט רעקלאַמעס און לאָקאַלע קאַמפּאַניעס צו שטיצן פֿאַרשײדענע טעטיקײטן אויף ייִדיש.
די גרופּע איז אויך אַרײַן אין פֿאַרשײדענע געשעפֿטן ווי, למשל, אַן אָרט וווּ מע קען געפינען די נײַסטע פּראָדוקטן פֿאַר אַ כּשערער הײם און צווײ בעקערײַען, וווּ קאָרער האָט אונדז געעצהט צו פֿאַרזוכן די באַבקע.
בעת דעם וויזיט האָבן די באַטייליקטע אינעם טור געפֿילט ווי די אָרטיקע ייִדן זענען זייער פֿרײַנדלעך און נײַגעריק זיך צו באַקענען מיט אונדז. עס האָט זיי געגעבן אַ געלעגנהייט צו כאַפּן אַ שמועס אויף מאַמע־לשון מיט מענער און פֿרױען, וואָס האָבן צו אונדז אַרויסגעוויזן דרך־ארץ און עפֿנטלעכקײט. אַ יונגע פֿרױ, צום בײַשפּיל, האָט אונדז דערצײלט אַז זי שטאַמט פֿון אַנטװערפּן, און אַז זי איז זײער צופֿרידן צו הערן אַ „ריכטיקן ייִדיש‟. „איר רעדט ליטוויש, ווי מע דאַרף!‟ האָט זי געזאָגט.
איין מאַן האָט ניט געקענט באַהאַלטן זײַן איבערראַשונג און האָט דערצײלט אַז נאָך דעם ווי ס׳האָט אויסגעזען ווי ייִדיש גייט אונטער אין זײערע קהילות, ווערט דאָס לשון הײַנט געשטיצט מער און מער. „מיר זאָגן אַלעמען אַז מע טאָר ניט פֿאַרגעסן אַז ייִדיש איז זײער וויכטיק … ווי איר אַליין ווייסט!‟
אַ דאַנק דעם וויזיט האָט די „ייִדישע שטוב‟, אין איינעם מיט מענדי קאָרער, געשאַפֿן אַ שטיקל סבֿיבֿה וווּ חסידים און וועלטלעכע האָבן זיך באַקענט פּנים־אל־פּנים — אַ זאַך וואָס איז זעלטן אין ענגלאַנד… און אַלץ אױף ייִדיש! ס׳איז געווען אַ באַווײַז ווי די ייִדישע שפּראַך קען שפּילן אַ פּאָזיטיווע ראָלע בײַם צונויפֿפֿירן מענטשן אָדער גרופּעס פֿון פֿאַרשידענע לעבן־שטייגערס.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO