קאָליע באָראָדולין באַקומט „חלומען אויף ייִדיש‟־פּרעמיע לזכר חנה קופּערNikolai Borodulin to Receive Adrienne Cooper Dreaming in Yiddish Award
דעם פּאָפּולערן דירעקטאָר פֿון די ייִדיש־קלאַסן בײַם „אַרבעטער־רינג‟ וועט מען אָפּגעגעבן כּבֿוד אויף אַ גאַלאַ־אָוונט אין דעצעמבער.
יעדעס יאָר קומען זיך צונויף הונדערטער ליבהאָבער פֿון ייִדיש אויף דער יערלעכער פּראָגראַם לזכר דער באַרימטער זינגער חנה קופּער, וואָס ווערט אָרגאַניזירט ווי אַ טייל פֿונעם פֿעסטיוואַל „ייִדיש־ניו־יאָרק‟. אויף דעם אָוונט טיילט מען אויך אויס די פּרעמיע „חלומען אויף ייִדיש‟. הײַיאָר וועט די פּרעמיע אויסגעטיילט ווערן דעם פּאָפּולערן דירעקטאָר פֿון די ייִדיש־קלאַסן בײַם „אַרבעטער־רינג‟ קאָליע באָראָדולין. דער גאַלאַ־אָוונט וועט פֿאָרקומען דעם 25סטן דעצעמבער, 8 אַ זייגער אין אָוונט, בײַם „ביימער נאַציאָנאַלן זאַל‟ אויפֿן „אָפּער־איסט־סײַד‟ פֿון מאַנהעטן.
קאָליע באָראָדולין איז שוין לאַנגע יאָרן אַ באַקאַנטער טוער אויף דער ייִדישער גאַס. אַ געבוירענער אין ביראָבידזשאַן, האָט ער זיך באַזעצט אין אַמעריקע אין 1992 און געאַרבעט בײַם „ייִוואָ‟ ווי אַ ביבליאָטעקאַר פֿון 1994 ביז 2001. שוין לאַנגע יאָרן איז ער דער דירעקטאָר פֿון ייִדיש־קלאַסן בײַם „אַרבעטער־רינג‟, וווּ ער האָט אײַנגעפֿירט די פּאָפּולערע אינטערנעץ־קלאַסן און אָרגאַניזירט די יערלעכע פּראָגראַם „אַ רײַזע אין ייִדישלאַנד‟.
צוזאַמען מיט דער צוטיילונג פֿון דער פּרעמיע לזכר חנה קופּער וועט מען פֿאָרשטעלן אַ קאָנצערט־פּראָגראַם, „עסן: לידער פֿון דער קיך‟, וואָס זי האָט געשאַפֿן צוזאַמען מיט לאָרין סקלאַמבערג און פֿרענק לאָנדאָן. אינעם קאָנצערט וועלן אָנטייל נעמען לאָרין סקלאַמבערג, דזשאָען באָרץ, שׂרה־מינה גאָרדאָן, פּסאָי קאָרעלענקאָ, זלמן מלאָטעק און מאַרילין לערנער. בײַ דער געלעגנהייט וועלן די שרײַבער מײַקל וועקס און לאה קאָניג רעדן וועגן ייִדישע מאכלים.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO