Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

קאָנפֿערענץ געווידמעט חורבן־היסטאָריקערין רחל אויערבאַך אין יעיל־אוניווערסיטעטConference on Holocaust Historian Rachel Auerbach at Yale University

אַן אינטערנאַציאָנאַלע גרופּע פֿאָרשער וועלן אַרומרעדן ווי אויערבאַכס אַרבעט האָט באַווירקט די חורבן־פֿאָרשונג און דעם אײַכמאַן־פּראָצעס.

דעם 4טן נאָוועמבער וועט אין יעיל־אוניווערסיטעט פֿאָרקומען אַ קאָנפֿערענץ געווידמעט דער זשורנאַליסטקע און היסטאָריקערין רחל אויערבאַך. די קאָנפֿערענץ ווערט געשטיצט פֿונעם „ווידעאָ־אַרכיוו פֿון גבֿית־עדותן פֿון שארית־הפּליטה ייִדן אויפֿן נאָמען פֿון דער משפּחה פֿאָרטונאָף‟.

אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערנעץ „רחל אויערבאַך, די בריק צווישן דער מלחמה־צײַט און די נאָכמלחמהדיקע גבֿית־עדותן‟, וועלן פֿאָרשער באַטראַכטן איר ראָלע ווי אַ גרינדערין פֿון דער חורבן־פֿאָרשונג. דער צוזאַמענפֿאָר וועט פֿאָרקומען אין דער „סטערלינג־מעמאָריעל־ביבליאָטעק‟ אויפֿן קאַמפּוס פֿון יעיל־אוניווערסיטעט.

אין דער קאָנפֿערענץ וועלן זיך באַטייליקן אַ ריי פֿאָרשער פֿון אַמעריקע, ישׂראל, דײַטשלאַנד און פּוילן, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט דער חורבן־פֿאָרשונג און מיטן קולטורעלן לעבן פֿון די ייִדן אין די געטאָס און לאַגערן. ד׳׳ר שמואל קאַסאָוו (טריניטי־קאַלעדזש), וואָס זײַן בוך „ווער וועט פֿאַרשרײַבן אונדזער געשיכטע‟ און דעם דאָקומענטאַר־פֿילם געמאַכט אויפֿן סמך דערפֿון שילדערן דאָס לעבן און אויפֿטוען פֿון אויערבאַך אין וואַרשעווער געטאָ, וועט האַלטן די הויפּטרעדע אויף דער קאָנפֿערענץ. ד׳׳ר אפֿרת גל־עד (הײַנריך־הײַנע אוניווערסיטעט), וואָס האָט געשריבן אַ ביאָגראַפֿיע פֿון איציק מאַנגער, וועט אַרומרעדן די באַציִונג צווישן מאַנגער און זײַן לאַנגיאָריקער געליבטער רחל אויערבאַך. ד׳׳ר קאַראָלינאַ שימאַניאַק (ווראָצלאַווער אוניווערסיטעט) וועט רעפֿערירן אויף דער טעמע „רחל אויערבאַך ווי אַ אינטעליגענטקע‟ און ד׳׳ר דוד ראָסקעס (ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר) וועט האַלטן אַ רעפֿעראַט אויף דער טעמע „רחל אויערבאַכס יללה‟. פֿאָרשער פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער יוריספּרודענץ וועלן דיסקוטירן די ראָלע וואָס אויערבאַך האָט געשפּילט אין עטלעכע יורידישע פּראָצעסן, איבערהויפּט דעם אײַכמאַן־פּראָצעס.

אַ באַקאַנטע זשורנאַליסטקע אין וואַרשע פֿאַר דער מלחמה, איז אויערבאַך געווען איינער פֿון דרײַ פֿאָרשער פֿונעם געהיימען „עונג־שבת‟־אַרכיוו אין וואַרשעווער געטאָ, וואָס איז געבליבן לעבן. במשך פֿון לאַנגע יאָרן האָט זי זיך באַמיט צו פֿאַרזיכערן, אַז די וועלט זאָל הערן דעם קול פֿון די שארית־הפּליטה ייִדן, סײַ אין יורידישע פּראָצעסן, סײַ אין דער אַקאַדעמישער אַרענע. זי האָט אָנגעהויבן די פּראָגראַם די „יד־ושם‟ פֿון זאַמלען גבֿית־עדותן פֿון שארית־הפּליטה ייִדן און איז געווען אַ פֿאַרמיטלער צווישן די שארית־הפּליטה ייִדן און דער ישׂראלדיקער רעגירונג בײַם פּראָצעס קעגן אַדאָלף אײַכמאַנען. אַ ריי פֿון אירע ביכער, אַרײַנגערעכנט אירע זכרונות, קען מען לייענען און הערן אויף ייִדיש דאָ.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version