Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿראַגמענטן פֿון חוה ראָזענפֿאַרבס בערגן־בעלזן־טאָגבוך (מיט אוידיאָ)Fragments Of Chava Rosenfarb’s Bergen Belsen Diary (With Audio)

די גרויסע שרײַבערין באַשרײַבט וואָס זי האָט געזען און געפֿילט בעת דער באַפֿרײַונג פֿון קאָנצענטראַציע־לאַגער

לכּבֿוד דער פּובליקאַציע פֿון „דער װידוי פֿון אַ ייִדישן שרײַבער,“ — די זאַמלונג עסייען פֿון חוה ראָזענפֿאַרב, איבערגעזעצט אויף ענגליש פֿון איר טאָכטער, גאָלדע מאָרגענטאַלער — ברענגען מיר אײַך דאָ עטלעכע זײַטן, באַגלייט מיט אַן אוידיאָ־רעקאָרדירונג, פֿונעם טאָגבוך וואָס ראָזענפֿאַרב האָט געפֿירט אויף ייִדיש גלײַך נאָך איר באַפֿרײַונג פֿון קאָנצענטראַציע־לאַגער אין 1945.

דער טעקסט איז לכתּחילה אָפּגעדרוקט געוואָרן ווי אַ צוגאָב צו דער לידער־זאַמלונג „געטאָ און אַנדערע לידער‟ וואָס איז אַרויס אין מאָנטרעאָל אין 1948. אַ נוסח פֿונעם טעקסט אויף ענגליש, איבערגעזעצט פֿון מאָרגענטאַלער, קען מען לייענען דאָ]

Click here to hear this story read by Rukhl Schaechter

מע קען זיך צוהערן צו אַנדערע אַרטיקלען פֿונעם פֿאָרווערטס פֿאָרגעלייענט דורך שׂרה־רחל שעכטער, ווי אויך אַנדערע פֿאָרווערטס־רעקאָרדירונגען, דורכן קוועטשן דאָ.

בערגן־בעלזן, 6 מײַ 1945

וווּ ביסטו, טאַטע? וווּ ביסטו, טאַטע?

הײַנט איז דאָס ערשטע מאָל ווי איך נעם די בלײַ אין האַנט. עס ציטערן מײַנע פֿינגער איבערן ווײַסן פּאַפּיר. וווּ איז דײַן וואַרעמע, זיכערע האַנט וואָס זאָל אַרומנעמען מײַנע פֿיבערדיקע פֿינגער און עפֿענען פֿאַר זײ אויפֿסנײַ דעם סוד פֿון אונדזער הייליקן ייִדישן אַלף־בית?

אַזוי ווי אַמאָל, ווען כ׳בין געווען אַ קינד. דײַנע ברייטע אָרעמס האָבן אונטערגעשפּאַרט מײַן קאָפּ, דײַן וואַרעמער אָטעם האָט געצערטלט מײַנע באַקן. דו האָסט געפֿירט מײַן האַנט איבער ווײַסע, זויבערע שורות. „טאַטע‟ האָבן מיר געשריבן און ס׳איז אויפֿגעגאַנגען אַ ליכט פֿון די פֿיר קליינע אותיות, ביז דאָס וואָרט האָט נשמה באַקומען. ביז כ׳האָב אין אים דײַן שמייכל דערזען. „טאַטע‟.

איך זיץ בײַם פֿענצטער. אַ גרויסער בוים שטייט אין דרויסן. זײַנע צווײַגן גרייכן צו אונדז אויפֿן צווייטן שטאָק און נאָך העכער. ס׳איז אַ קאַשטאַן־בוים. ער איז גרין מיט דער לויטערער גרינקייט פֿון פֿרילינג. ער בליט. אַזוי פֿיל ביימער געזען שוין… אַזוי פֿיל גרינע ביימער… ס׳איז דער ערשטער בוים, וואָס איך זע. איך וויל שרײַבן: „גרינער בוים‟, נאָר ער האָט בלעטער ווי פֿינגער. מילדע, גוטע, צערטלענדיקע. דײַנע פֿינגער…

און איבערן בוים הענגט דער הימל. אין זײַן צעשוווּמענער שיינקייט פֿלעגט אַמאָל זעגלען דאָס שיפֿל פֿון מײַנע לויטערע, קינדישע חלומות. אין זײַן פֿאַרמאַכטער פֿינצטערניש, צעהאַנגען איבער שטעכלדראָטן, פֿלעגט שפּעטער זיך תּהומיק פֿאַרלירן די לעצטע האָפֿענונג פֿון מײַן מידן האַרץ.

און הײַנט זע איך דעם הימל. ערשט הײַנט. ער איז לויטער, בלוי… מסתּמא איז עס אַ געוויינטלעכער, פּשוטער בלויער הימל, וואָס מען דאַרף אים שוין גאָרנישט באַמערקן. פֿאַר מיר איז עס דער ערשטער. ווי אַמאָל בײַ דעם ערשטן מענטשן, וועלכער האָט פּלוצעם גאָט דערזען און געפֿאַלן זיך בוקן צום בלויען תּהום, צו דער שיינקייט איבער זײַן קאָפּ. איך וויל שרײַבן: „ווי שיין ביסטו, בלויער הימל,‟ נאָר עס שווימען מיר אַנטקעגן דײַנע אויגן די קלאָרע… איך פֿיל דײַנע ברכות און דײַנע טרוימען, דײַנע שמייכלען און בענקענישן, וואָס האָבן אומגעהויכט מײַן קאָפּ, ווי בלויע לויטערקייט.

אונטן, קעגנאיבער מײַן פֿענצטער, איז אַ געפּילדער. ס׳איז גאָרנישט. מען טיילט זופּן. יעדער וועט באַקומען. דער אומרו פֿון די מענטשן איז נישט דער הײַנטיקער. ער איז נאָך פֿון נעכטן. זיי ווייסן אַלע, אַז קיינער וועט נישט אַוועקגיין אָן אַ ביסל זופּ. אַז נישט דאָ, וועט זײַן בײַ אַן אַנדער פֿענצטערל. און דאָך וויל מען וואָס שנעלער צוקומען. כאַפּן דעם טאָפּ מיט זופּ און אַ מיש טאָן מיטן לעפֿל…

אָט שטייט אַ מאַן קעגנאיבער מײַן פֿענצטער. ערשט זיך אַרויסבאַקומען פֿון מענטשן־קנויל מיט אַ טעפּל זופּ. ער גייט נישט צו זיך אין צימער. ער זעצט זיך נישט בײַ קיין טיש. אָנגעשפּאַרט אונטערן מויער, זופּט ער אין אײַלענעניש פֿון טאָפּ. אָ, ווי ער איז הונגעריק! פֿון יאָרן שוין. און פֿון פֿיבער איז אויך דער פֿיבער פֿון יאָרן. ער איז אויסגעדאַרט; אַ שווערער כאַלאַט הענגט אַראָפּ פֿון זײַנע אַקסלען און גרייכט אים כּמעט ביז די קנעכל. צווישן איין זופּ און אַנדערן ווישט ער מיטן אַראָפּהענגענדיקן אַרבל דאָס פּנים. ער איז דעריאַכמעט. נאָר אַזוי פֿריידיק. איך זע זײַנע בליקן, וואָס טאַנצן נחתדיק פֿון טעפּל צו אַלעם, וואָס רינגלט אים אַרום. די בליקן — זיי מאַכן קאָזשלקעס איבערן גראָז וואָס שפּראָצט אונטערן הויז. זיי שפּרינגען איבערן קאַשטאַנבוים נעבן מײַן פֿענצטער. יום־טובֿדיק, לעבעדיק. וואָס טראַכט ער, דער מענטש, דער ייִד, דער אויסגעמוטשעטער, דער אויסגעמאַרכטער? ער טראַכט איצט מסתּמא גאָרנישט. און דאָך ווייס איך, זײַנע גלידער ווייסן עס אויך, זײַן גוף ווייס עס אויך; עס וועט באַלד אַראָפּגעשלײַדערט ווערן דער שוואַרצער כאַלאַט, באַלד וועט אָנוואַקסן פֿלייש אויף די ביינער. דאָס לעבן איז דאָ.

איך פֿאַרזשמורע די אויגן, איך רוק אָפּ בכּיוון פֿון זיך די נאָענטקייט פֿון דעם מאַן אַנטקעגן הויז. און אָט זע איך דיך… דאָס ביסטו… דאָס גייט אויף דער כּוח אין דײַנע גלידער… דו לעבסט… אפֿשר שטייסטו איצט ערגעץ אַזוי אָנגעלענט אָן אַ מויער און עסט דײַן מיטאָג? איז עס מעגלעך? איך פֿרעג מײַן האַרץ. עס פֿיבערט אין אומזיכערקייט…

7טער מײַ וווּהין איך זאָל נישט אויפֿהייבן מײַנע בליקן, זע איך דיך. פֿון וואָס איך זאָל נישט אָנהייבן טראַכטן קום איך צו דיר. וווּ ביסטו, טאַטע? וועל איך קענען אַמאָל אַרומנעמען דײַן קאָפּ און בעטן דיך: זײַ מוחל. איך האָב אַזוי ווייניק גוטסקייט דיר געשאָנקען אין די צעהיצטע טעג פֿון מײַן פֿאַרגאַנגענעם זײַן. אַזוי זעלטן דערציילט דיר פֿון דעם וואָס פֿילט מיך אויס. דו ביסט געווען דאָרשטיק אויף מײַן יעדן וואָרט און איך האָב עס דיר געקאַרגט. וווּ ביסטו, טאַטע, כ׳זאָל דיר אַלץ דערציילן?

האָסט געהערט די סאַלווע־שאָסן וואָס האָבן אָנגעזאָגט דער וועלט די שעה פֿון רו? פֿרידן וועט זײַן. עס וועלן קומען טעג, צו וועלכע דו האָסט אַזוי געבענקט אינעם חושך פֿון אונדזער געטאָ־לעבן. האָסטו זיך דערוואַרט? די אומזיכערקייט פּײַניקט. מײַן האָפֿענונג איז נאָר דער גלויבן אין אַ נס. ביסט געווען מיד נאָך די פֿינף יאָר געטאָ. און איצטער ווײַט פֿון אונדז, צי האָסטו געקאָנט נאָך אויסהאַלטן פֿרישע מערדערײַען? און אפֿשר האָט גאָר די בענקשאַפֿט געהאָלפֿן דיר אַלץ איבערטראָגן, אַלץ אויסהאַלטן? טאַטע, מיר זענען דאָ, דאָס פֿײַער טליִעט, דו פֿעלסט צו אונדזער פֿרייד…

8טער מײַ

עס איז שוין נאָך אַלעם. די פֿרײַהייט איז געקומען. זי האָט אַ פּראָזאַיִש פּנים. קיינער איז פֿאַר פֿרייד נישט געשטאָרבן. קיינער האָט פֿאַר התלהבֿות נישט פֿאַרלוירן דעם זינען. מיט אַזוי פֿיל טרערן באַשאָנקען זי אין די חלומות, מיט אַזוי פֿיל שמייכלען אומגעקראַנצט די בענקשאַפֿט צו איר. איצט שטייט זי ווי אַ בעטלערין פֿאַר אונדז. נישטאָ מער וואָס איר צו שענקען… ווי מעכטיק האָבן מיר זי גערופֿן אין די פֿינצטערע טעג; מיט וויפֿל קראַפֿט האָט איר ווײַטער שימער אָנגעפֿילט אונדזערע דאַרע לײַבער. איצט איז זי דאָ, אַן אמתע, אַ ווירקלעך־נאָענטע… זי ווינקט אונדז אַרויס פֿון יעדער ווינקעלע, זי פֿילט אויס אונדזערע אויגן. מיר זעען זי נישט. זי בעט בײַ אונדז; רירט מיך אָן… זי חלשט, קוויקט זיך מיט מיר… מיר זענען מיד. דער נעכטן פֿלאַטערט ווי אַ שפּאַרבער איבער אונדז און פֿאָכעט מיט שוואַרצע פֿליגלען. ער צעפֿרעסט מיט דערמאָנונגען אונדזערע טעג. ער פֿאַרסמט מיט שרעק אונדזערע נעכט. אָרעמע, אומעטיקע פֿרײַהייט. צי וועט זי אַמאָל האָבן די קראַפֿט אונדז פֿון די שאָטן־פֿליגל צו באַפֿרײַען?

פֿלעדערמויז פֿליִען פֿאַרבײַ פֿענצטער.

פֿליגלען פֿלאַטערן אויס דעם טאַנץ פֿון געשפּענסטער… מײַן אומפֿאַרענדיקט געטאָ־ליד לאָזט מיך נישט רוען. עס האָט מיך באַגלייט אין מײַן געפֿאַנגענשאַפֿט, מיט אים אויף די ליפּן האָב איך אין די ווינטער פֿאַרטאָגן געדרעפּטשעט דורך שנייען צו דער אַרבעט. איך האָב עס מיר אויפֿגעשריבן מיט אַ בלײַ איבער מײַן פּריטשע און ווײַטער געוועבט אַ פּאָר שורות. אָבער אין מיר מאָנט עס נאָך כּסדר. עס נאָגט.

איך הער דורכן פֿענצטער די שטים פֿון מעגאַפֿאָן. הײַנט איז דער קריג אָפֿיציעל געענדיקט. וווּ ביסטו טאַטע כ׳זאָל דיך קענען אַרומנעמען?

… די לופֿט ציטערט מיט ווײַטע סאַלווע שאָסן. איבערן הימל דרייען זיך לײַכטע קרײַזלעך רויך. מיר באַערן די פֿײַערלעכע מינוט מיט אַ שטיקל טרוקן ברויט. מיר האָבן גאָרנישט בעסערס.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version