פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרין שׂרה־רחל שעכטער וועט רעפֿערירן אין שטאָקהאָלםForverts Editor Rukhl Schaechter To Speak in Stockholm
זי וועט דיסקוטירן דעם פֿאָרווערטס אין דער דיגיטאַלישער תּקופֿה; די ראָלע פֿון דער פֿרוי אינעם שטעטל און ווי „שטיסל‟ האָט געביטן ווי מע זעט די חסידים.
די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם שטאָקהאָלמער אָפּטייל פֿון „לימוד‟, דעם אַלוועלטלעכן לערן־סעמינאַר, האָבן פֿאַרבעטן די פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרין שׂרה־רחל שעכטער אויפֿצוטרעטן מיט אַ סעריע לעקציעס דעם 16טן און 17טן נאָוועמבער 2019 אין דער שוועדישער קרוינשטאָט.
אין דער ערשטער לעקציע וועט זי דערציילן ווי אַזוי די דיגיטאַלישע תּקפֿוה האָט דערמעגלעכט אַ ריי אינאָוואַציעס בײַם פֿאָרווערטס. אין דער צווייטער סעסיע וועט זי דיסקוטירן דעם כּוח פֿון דער פֿרוי אינעם שטעטל אין פֿאַרגלײַך מיטן סטערעאָטיפּ אַז פֿרויען זענען געווען אונטערטעניק די מענער. זי וועט אויך אַנאַליזירן ווי אַזוי די ישׂראלדיקע טעלעוויזיע־דראַמע „שטיסל‟ האָט געטוישט ווי אַזוי די וועלט זעט די חסידים.
דאָס איז נישט דאָס ערשטע מאָל וואָס „לימוד‟ האָט פֿאַרבעטן די פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרין. אין פֿעברואַר 2018 האָט זי געהאַלטן אַ סעריע לעקציעס בײַם „לימוד‟ אין העלסינקי, פֿינלאַנד, וווּ זי האָט אַנטדעקט אַן אמתן אינטערעס צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
אַחוץ אירע רעפֿעראַטן בײַ „לימוד‟ וועט שׂרה־רחל שעכטער זיך אויך טרעפֿן מיט דער אָרטיקער „געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש‟, אַן אָרגאַניזאַציע וואָס גיט עצות דער שוועדישער רעגירונג ווי אונטערצושטיצן די ייִדישע שפּראַך, וואָס איז אַן אָפֿיציעלע מינאָריטעט־שפּראַך פֿון לאַנד.
עס וועלן אויך פֿאָרקומען אַנדערע סעסיעס פֿאַרבונדן מיט ייִדיש בײַם „לימוד‟־סעמינאַר אין שטאָקהאָלם. דער פּאַריזער „טרוים־טעאַטער‟ וועט אויפֿטרעטן מיט זײַן פּיעסע „דער טיש‟ און ניקאָלײַ און אידאַ אָלניאַנסקי, די פֿאַרלעגער פֿונעם פֿאַרלאַג „אָלניאַנסקי־טעקסט‟, וועלן האַלטן דרײַ לעקציעס וועגן זייערע טעטיקייטן.
כּדי צו קויפֿן אַ בילעט אויפֿן שטאָקהאָלמער „לימוד‟, קוועטשט דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO