Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ צדיק אין גיהנוםA Righteous Man In Hell

אַ נײַ בוך פֿון חורבן־זכרונות דעקט אויף פֿריִער אומבאַקאַנטע פֿראַגמענטן אויף ייִדיש פֿון אוישוויץ.

Read this article in English.

אין אָקטאָבער האָט דער דײַטשישער וויסנשאַפֿטלעכער פֿאַרלאַג WBG אַרויסגעגעבן דאָס נײַע בוך „בריוו פֿון גיהנום‟ (Briefe aus der Hölle) וועגן ייִדן, וועלכע האָבן געדינט אין דער זאָנדערקאָמאַנדע פֿונעם טויט־לאַגער אוישוויץ־בירקענאַו. אין דער זאַמלונג איז אויך אַרײַן מײַן איבערזעצונג פֿון ייִדיש, „די זכרונות פֿון הרבֿ לייב לאַנגפֿוס‟.

דאָס בוך שליסט אײַן אַלע אָפּגעהיטע זכרונות פֿון ייִדן, וואָס האָבן געדינט אין דער זאָנדערקאָמאַנדע פֿון אוישוויץ־בירקענאַו — דער לאַגער־אָפּטייל, וואָס די נאַציס האָבן גענייט צו העלפֿן צוגרייטן די אַסירים צום גאַזקאַמער און פֿאַרברענען זייערע קערפּערס. בסך־הכּל, זענען פֿאַרבליבן אַכט אַזעלכע טעקסטן, על־פּי־רובֿ אָנגעשריבן אויף ייִדיש.

דאָס בוך איז באַגלייט מיט זייער אַ פֿאַרנעמלעכן אַרײַנפֿיר און פּרטימדיקע קאָמענטאַרן פֿון פּאַוועל פּאָליאַן — אַ מאָסקווער געאָגראַף, שרײַבער און ליטעראַטור־פֿאָרשער, וועלכער פֿאַרנעמט זיך שוין לאַנג מיט דער דאָזיקער טעמע. אין 2011 איז אַרויס אויף רוסיש זײַן רעדאַקציע פֿון זלמן גראַדאָווסקיס זכרונות, איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אין 2008-2007 דורך אַלכּסנדרה פּאָליאַן, אַ באַקאַנטע ייִדיש־קענערין פֿון מאָסקווע.

גראַדאָווסקי דערציילט, אַז אינעם לאַגער איז ער געשלאָפֿן אויף די זעלבע נאַרעס מיטן מאַקעווער דיין לייב לאַנגפֿוס. צוליב זײַן אויסערגעוויינטלעכער פֿרומקייט — אַ זעלטנקייט אין אַזאַ שוידערלעך אָרט, בפֿרט אין דער זאָנדערקאָמאַנדע — האָט די קאַפּאָ געהאַט רחמנות אויפֿן רבֿ און געגעבן אים אַ „לײַכטערע‟ אַרבעט, אויב עס טויג אין דעם פֿאַל אַזאַ וואָרט: צו וואַשן און טריקענען די אָפּגעשניטענע האָר פֿון פֿרויען. מיט אַ יאָר צוריק, האָט פּאַוועל פּאָליאַן מיך געבעטן איבערצוזעצן לאַנגפֿוסעס זכרונות אויף ס׳נײַ.

צום באַדויערן, ווייסן מיר נאָך אַלץ ווייניק וועגן דעם דאָזיקן מענטשן. די עצם־פֿאָרשונג פֿון זײַן לעבן, וואָס די היסטאָריקער פֿירן זינט די 1950ער, קלינגט שוין ווי אַ פֿאַרכאַפּנדיקער — און גאָר טרויעריקער דעטעקטיוו־ראָמאַן. ביז לעצטנס, האָבן די פֿאָרשער אַפֿילו געגלייבט, אַז זײַנע אָריגינעלע זכרונות אויף ייִדיש זענען בכלל אוממעגלעך איבערצולייענען צוליב דעם געפֿערלעך צעשעדיקטן מצבֿ פֿון קאַליע געוואָרענע זײַטלעך.

לאַנגפֿוס איז פֿאַרשיקט געוואָרן קיין בירקענאַו אין דעצעמבער 1942. צוזאַמען מיט גראַדאָווסקי, האָט ער אָנטיילגענומען אינעם אויפֿשטאַנד פֿון דער זאָנדערקאָמאַנדע. 451 אויפֿשטענדלער זענען אומגעקומען דעם 7טן אָקטאָבער 1944; זיי האָבן אָבער באַוויזן אויפֿצורײַסן איינע פֿון די קרעמאַטאָריעס און אַזוי אַרום אַ ביסל פֿאַרהאַלטן די טויטמאַשין. דער רבֿ אַליין איז פֿאַרניכטעט געוואָרן שפּעטער, דעם 26ססן אָדער 27סטן נאָוועמבער.

אינעם לאַגער האָט זיך אים אײַנגעגעבן אָנצושרײַבן צוויי ווערק: אַ בוך זכרונות און אַ טאָגבוך. ביידע ווערק האָט מען אַנטדעקט נאָך דער מלחמה באַגראָבן אין גלעזערנע סלויען לעבן די קרעמאַטאָריעס. דער טאָגבוך געפֿינט זיך אין אַ גענוג גוטן צושטאַנד. פֿון ייִדיש אויף רוסיש האָט עס איבערגעזעצט דינה טערלעצקאַיאַ; אין דער נײַער זאַמלונג איז אַרײַן ראָמאַן ריכטערס דײַטשישע ווערסיע פֿון איר טעקסט. אַ דאַנק ריכטערן, איז אינעם בוך אויך אַרײַן מײַן רוסישע איבערזעצונג פֿון לאַנגפֿוסעס זכרונות, וואָס טראָגן אויף ייִדיש דעם טיטל „גירוש‟.

נאָך אין אַפּריל 1945 האָט אַ געוויסער פּאָליאַק, גוסטאַוו באָראָווטשיק, געפֿונען די זכרונות בײַ די רויִנען פֿון דער אוישוויצער קרעמאַטאָריע נומער 3, און אויסבאַהאַלטן דעם כּתבֿ־יד אויפֿן בוידעם פֿון זײַן הויז; דאָרטן האָט זי זײַן ייִנגערער ברודער ווידער אַנטדעקט אין 1970. אין 1972, האָט דער אָריענטאַליסט ראָמאַן פּיטעל עס איבערגעזעצט אויף פּויליש; אינעם זעלבן יאָר איז עס אויך אַרויס אויף דײַטשיש.

הגם פּיטעלס איבערזעצונג האָט מיר שטאַרק געהאָלפֿן, איז עס פֿול מיט גראָבע גרײַזן און אויסטערלישע אויסטראַכטענישן. ווען דער איבערזעצער האָט נישט געקאָנט פֿאַרשטיין דעם ייִדישן טעקסט, האָט ער כּסדר אַליין צוגעגעבן טעקסט, אָפֿטמאָל אויסטערליש אומגעלומפּערט. למשל, דאָס וואָרט „ייִדישע‟, גיי ווייס צוליב וועלכע כּוונות, האָט ער איינמאָל פֿאַרביטן אויף „אַרישע‟ – דהײַנו דײַטשישע, לויט דער ראַסיסטישער נאַצי־טערמינאָלאָגיע. דאָס וואָרט „שול‟, וואָס אינעם קאָנטעקסט מיינט זיכער אַ שיל, אַ בית־מדרש, האָט ער אָפּגעטײַטשט ווי אַ קינדערשול, אאַז״וו.

פֿון דעסט וועגן, איז דער כּתבֿ־יד אין די 1970ער יאָרן נאָך געווען אין אַ היפּש בעסערן מצבֿ. דערפֿאַר האָט דער פּוילישער איבערזעצער נאָך געקאָנט זען אַ סך פּטרים, וואָס זענען הײַנט צעשווענקט געוואָרן. אָן דער הילף פֿון הײַנטצײַטיקע טעכנאָלאָגיעס וואָלט דער כּתבֿ־יד געבליבן אומפֿאַרשטענדלעך.

דער רוסלענדישער קאָמפּיוטער־מומחה אַלעקסאַנדר ניקיטיאַעוו האָט באַאַרבעט די זײַטלעך, אויסטיילנדיק דעם קאָליר פֿון דער צעשוווּמענער בלויער טינט. דאָס איז אָבער נישט געווען גענוג; יעדעס פֿראַגמענטעלע האָב איך געמוזט ווײַטער אַנאַליזירן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים מיט דער הילף פֿון אַ קאָמפּיוטער. אַ טייל זײַטלעך האָט לאַנגפֿוס בכלל אויסגעקריצט מיט עפּעס אַ שאַרפֿן אינסטרומענט אַנשטאָט אַ פֿעדער.

אין קורצן, דערציילט לאַנגפֿוס וועגן דער מאַקעווער געטאָ, איר ליקווידירונג, דער נאַצי־סעלעקציע, דעם וועג אינעם אומברענג־לאַגער, וועגן דעם טויטלעכן גאַז, קרעמאַטאָריעס… די זכרונות זענען פֿול מיט פּסיכאָלאָגישע און, דאַכט זיך מיר, אַפֿילו פֿרוידיאַנער עלעמענטן. עס גיט דעם טרויעריקן אײַנדרוק, אַז דער מחבר פֿאַרלירט די קלאָרקייט פֿונעם שׂכל און אַפֿילו די פֿיזישע פֿעיִקייט צו שרײַבן ווײַטער.

אַ שטיקל נאָך אַ שטיקל, האָט זיך מיר אײַנגעגעבן צו פֿאַרשטיין אַ סך ווערטער, זאַצן, גאַנצע פּאַראַגראַפֿן, וואָס די פֿריִערדיקע פֿאָרשער האָבן נישט געקאָנט דעשיפֿרירן. צום באַדויערן, איז פֿאַרבליבן בלויז אַ טייל פֿון די אָריגינעלע נאָטיצן און אַפֿילו די געבליבענע אָפּגעהיטע זײַטלעך זענען אָפּגעריסן, באַשמוצט, פֿאַרשימלט, אָפּגעווישט. דווקא אַזאַ שוואַכער מצבֿ גיט אָבער צו צום טעקסט אַ באַזונדער פֿינצטערן טעם: „…קערפּערס… געבליבן גריבער… טויט…‟

בלויז אָט די ווערטער גיט זיך אײַן קוים צו באַמערקן אויף דער זײַט 114. וואָס האָט לאַנגפֿוס ווײַטער געשריבן — און צי געשריבן בכלל — בלײַבט אַ סוד. אַזוי צי אַזוי, דערמוטיקט דער פֿאַקט, אַז אַפֿילו אין די לאַנג־באַקאַנטע דאָקומענטן קאָן מען געפֿינען נײַע וויכטיקע ידיעות, אַ דאַנק דער אַנטוויקלונג פֿון קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס. אַן אַנדער וויכטיקער שריט און אַ כּבֿוד פֿאַר די אומגעקומענע מחברים וואָלט געווען, אַוודאי, אַרויסצוגעבן די „מגילות אוישוויץ‟ אינעם ייִדישן אָריגינאַל.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version