Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

גרופּע וואָס באַקעמפֿט לימודי־חול אין ישיבֿות פֿאַרשפּרייט פֿאַלשע ידיעות און חורבן־אימאַזשןGroup Fighting Secular Education At Yeshivas Deploys Misinformation, Holocaust Imagery

„פּיערלס‟ און אַנדערע גרופּעס וואָס שטיצן די ישיבֿות העצן אָן דעם עולם קעגן נײַע תּקנות וואָס וואָלטן שטרענגער קאָנטראָלירט די סעקולערע לימודים

לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש.

שטעלט זיך פֿאָר אַ וועלט, וווּ „פֿינצטערע מוסרים שאַרפֿן זיך די ציין‟, כּדי צו נעמען קינדער און זיי „מיטצושלעפּן אין אַ תּהום‟, וווּ עס ברענען ספֿרים. אַ וועלט אין וועלכער שרעקלעכע וועכטער אין מונדירן דרינגען זיך פּלוצלעם אַרײַן אין קלאַסצימערן און גנבֿענען שפּילעכלעך, און מע לערנט די קינדער ניבֿול־פּה־ווערטער.

די גרויליקע אימאַזשן קומען פֿון ווידעאָס און צײַטונג־רעקלאַמעס, וואָס זענען טייל פֿון אַ פּירסום־קאַמפּאַניע לטובֿת דער אָרגאַניזאַציע „פּיערלס‟ (די ענגלישע ראָשי־תּייבֿות מיינען: „עלטערן פֿאַר דערציִערישער און רעליגיעזער פֿרײַהײַט אין די שולן‟).

„פּיערלס‟, וואָס האָט געשאַפֿן מער ווי צוויי מיליאָן דאָלאַר דורך אַ „כּלל־ישׂראל־קאַמפּיין‟ דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער און האַרבסט, זאָגט אַז זי באַשיצט די ישיבֿות און אַנדערע מוסדות־התּורה אין ניו־יאָרק פֿון עפּעס וואָס זי האַלט פֿאַר אַ געפֿערלעכער סכּנה: אַ פֿאָרשלאָג וואָס וואָלט געגעבן דער „ניו־יאָרק שטאַטישער דערציִונג־דעפּאַרטמענט‟ אין אַלבאַני אַ גרעסערע דעה איבער דעם וואָס מע לערנט אין די פּריוואַטע שולן. קריטיקער האַלטן אָבער אַז די אינפֿאָרמאַציע וואָס „פּיערלס‟ גיט איבער איז פֿאַרפֿירעריש און פּשוט פֿאַלש. זיי באַשולדיקן „פּיערלס‟ און אירע פֿאַרטרעטער אין פֿאַרשפּרייטן פֿאַלשע ידיעות וועגן דעם, וואָס קען געשען, טאָמער וועט דער שטאַט האַלטן אַן אויג אויף דעם וואָס מע לערנט אין די ישיבֿות און אַנדערע פּריוואַטע שולן.

„מ__‟, וואָס האָט זיך געלערנט אין די ישיבֿות און געבעטן מע זאָל נישט אָנגעבן זײַן נאָמען אויס זאָרג אַז מע וועט אַרויסוואַרפֿן זײַנע קינדער פֿון די מוסדות, האָט געזאָגט, אַז „פּיערלס‟ ניצט אויס די אַנגסטן פֿון מענטשן, וואָס האָבן קינדווײַז געהערט משפּחה־געשיכטעס וועגן דעם חורבן.

„איך האַלט אַז זיי ניצן אויס, אויף אַ נישט־ערלעכן אופֿן, די דאָזיקע שפּירעוודיקייט, כּדי זיי איבערצוצײַגן צו קעמפֿן קעגן דעם לערנען לימודי־חול,‟ האָט ער געזאָגט. „זיי פֿאַרשפּרייטן שרעק בײַ זיי‟.

די פֿאַרטרעטער פֿון „פּיערלס‟ לייקענען אַז די קאַמפּאַניע איז נישט ערלעך, און זאָגן, אַז ס׳איז טאַקע דאָ אַן אמתע סכּנה צום פֿרומען לעבנסשטייגער. זייערע שטיצער האַלטן, אַז די שינויים וואָס דער דערציִונג־דעפּאַרטעמענט האָט פֿאָרגעשלאָגן לגבי דער דערציִונג־סיסטעם קאָנען נאָך דערפֿירן צו דעם, אַז די רעגירונג זאָל זיך אַלץ מער אַרײַנמישן אין דער פֿרומער וועלט און אָפּשאַפֿן אירע אינסטיטוציעס און שטייגער־לעבן.

אַ וואָרטזאָגער פֿאַר „פּיערלס‟ האָט געזאָגט, אַז אַנדערע גרופּעס וועלכע סימפּאַטיזירן מיט אירע צוועקן שאַפֿן אַ מאָל זייערע אייגענע ווידעאָס און רעקלאַמעס און די אַרבעטער בײַ „פּיערלס‟ קוקן נישט איבער אַלע מאַטעריאַלן וואָס פֿאַרפּירסומען אירע גאַלאַ־בענעפֿיטן אָדער וואָס ניצן זייער לאָגאָ. ער האָט זיך אָבער אָפּגעזאָגט פֿון ענטפֿערן אויף פֿראַגעס וועגן דעם, צי „פּיערלס‟ האָט טאַקע גוטגעהייסן יענע רעקלאַמעס.

אין האַרבסט האָבן סײַ „פּיערלס‟, סײַ די גרופּעס וואָס שטיצן יאָ אַ גרעסערן איבערזיכט מצד דער רעגירונג, געזוכט שטיצע בײַ די פּאָליטיקער בעת מע האָט געוואַרט אַז דער „ניו־יאָרקער רעגענטן־ראָט‟ (New York State Board of Regents) זאָל אָפּשטימען וועגן דעם ענין. דערווײַל איז נישט קלאָר ווען די אַגענטור וועט דורכפֿירן די אָפּשטימונג. ער טרעפֿט זיך יעדן חודש און אָבסערוואַטאָרן האָבן אויסגעדריקט איבערראַשונג די פֿאַרגאַנגענע וואָך בײַם הערן די נײַעס אַז דער סדר־היום בײַ די זיצונגען מאָנטיק און דינסטיק האָבן נישט אַרײַנגענומען אַן אָפּשטימונג וועגן דעם פֿאָרלייג. דער רעגענטן־ראָט וועט מסתּמא שטימען וועגן דעם אין יאַנואַר, ערשט נאָך דעם ווי די מיטגלידער פֿונעם ראָט וועלן שוין האָבן איבערגעלייענט אַלע בריוו פֿון מענטשן וואָס האָבן אויסגעדריקט זייער מיינונג וועגן דעם.

אויב מע וועט באַשטעטיקן דעם פּלאַן, וועט מען אײַנפֿירן רעגלמעסיקע אינספּעקציעס פֿון אַלע פּריוואַטע שולן. מע וועט שטרענגער קאָנטראָלירן אַז די פּריוואַטע שולן באַזאָרגן די תּלמידים מיט אַ חינוך וואָס איז אין תּוך גלײַך צום חינוך פֿון די עפֿנטלעכע שולן. פֿאַר די מער ווי 160,000 תּלמידים אין די ייִדישע טאָגשולן, ישיבֿות און אַנדערע מוסדות התּורה אין ניו־יאָרק, הייסט עס אַז מע וואָלט מער בודק געווען דעם אופֿן ווי מע לערנט די לימודי־חול ווי ענגליש, מאַטעמאַטיק און וויסנשאַפֿט.

אויב די אינספּעקטאָרן וועלן באַשטימען אַז אַ געוויסע שול איז עובֿר אויף די תּקנות וועט דער שטאַט אָפּשטעלן געוויסע באַדינונגען ווי, למשל, טראַנספּאָרט און הלוואָות פֿאַר לערנביכער. דערצו וועלן די עלטערן דאַרפֿן פֿאַרשרײַבן זייערע קינדער אין אַנדערע שולן. טאָמער די עלטערן שיקן ווײַטער זייערע קינדער אין יענעם מוסד, וועט דער שטאַט פֿאַרשרײַבן אַז די קינדער זענען נישט געקומען אין די קלאַסן בכלל. די עלטערן וועלן אפֿשר דאַרפֿן באַצאָלן שטראָפֿגעלט און אויב זיי שיקן ווײַטער נישט די קינדער אין אַ „לײַטישער‟ שול קאָנען די עלטערן נאָך אַרעסטירט ווערן.

אַנדערע פּריוואַטע שולן אין ניו־יאָרק, ווי די פּרעסטיזשפֿולע „טשייפּין‟־שול און „טריניטי‟־שול, רופֿן אויך די עטלערן פֿון זייערע תּלמידים צו באַקעמפֿן די פֿאָרגעשלאָגענע ענדערונגען. יענע שולן זענען בכלל קעגן דעם אַז די רעגירונג זאָל זיך אַרײַנצומישן אין די פּריוואַטע שולן — צום טייל, ווײַל אויב יאָ וועלן זיי דאַרפֿן זאָגן די דערציִונג־באַאַמטע וועגן יעדן בײַט אינעם לערנפּלאַן.

דער שטויס פֿאַר די נײַע רעגולאַציעס איז אָבער נישט געווען פֿאַרבונדן מיט אַזעלכע פֿאַרמעגלעכע פּריוואַטע שולן ווי „טשאַפּין‟ און „טריניטי‟, נאָר איז דער רעזולטאַט פֿון אַ לעגאַלן אָנקלאָג, וואָס אַ גרופּע פֿון 52 ישיבֿה־גראַדואַנטן, עלטערן און לערער האָבן אין 2015 אָנגעגעבן דעם „דערציִונג־דעפּאַרטעמענט פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק‟. אין דער תּבֿיעה שטייט, אַז די תּלמידים האָבן נישט באַקומען די דערציִונג אין לימודי־חול פֿאַר וועלכער זיי זענען באַרעכטיקט, על־פּי געזעץ. זייער טענה, אַז מע האָט זיי נישט געלערנט ענגליש ווי געהעריק איז אַ הויפּט־ענין אין דעם עפֿנטלעכן מחלוקת.

„פּיערלס‟ איז געגרינדעט געוואָרן ווי אַן אָפּרוף אויף אָט דעם לעגאַלן אָנקלאָג אין 2015. פֿון די 39 ניו־יאָרקער ישיבֿות וואָס מע האָט דערמאָנט אין דער טענה, האָט די שטאָט בודק געווען 28 פֿון זיי. די שטאָט האָט אָבער נישט פֿאַרעפֿנטלעכט די נעמען פֿון די ישיבֿות וואָס מע האָט בײַ זיי געמאַכט די אינספּעקציע.

לויט אירע שטײַערן־רעקאָרדן, האָט „פּיערלס‟ אין 2018 פֿאַרלוירן מער ווי $76,000. פֿון דעסט וועגן האָט די אָרגאַניזאַציע באַצאָלט $140,000 אויף קאָנסולטאַנטן וואָס זאָלן זיי העלפֿן פֿאַרבעסערן זייער שם בײַם ברייטן עולם (public relations consultants בלע׳׳ז). און הײַיאָר האָט די אָרגאַניזאַציע אָנגעשטעלט אַן אַגענטור וואָס קאָסט איר $12,500 אַ חודש משתּדל צו זײַן בײַם „ניו־יאָרקער רעגענטן־ראָט‟, בײַ דער ניו־יאָרקער אַסעמבלעע, דעם ניו־יאָרקער סענאַט און באַאַמטע בײַם ניו־יאָרקער גובערנאַטאָר, לויט די רעגיסטריר־דאָקומענטן פֿון די שתּדלנים.

די ענגליש־שפּראַכיקע פּירסום־ווידעאָס וואָס „פּיערלס‟ האָט געמאַכט פֿאַרן נישט־פֿרומען עולם ווײַזן וויפֿל הצלחה זייערע אַמאָליקע ישיבֿה־בחורים האָבן געהאַט ווי חשבון־פֿירער, געשעפֿטסלײַט און גרונטהאַנדל־פֿאַרוואַלטער. מע ווײַזט ווי פֿרומע ייִדן פּאַקן אײַן עסן און שיקן בלומען צו קראַנקע לײַט. תּלמידים בלאָזן אָן באַלאָנען כּדי צו מאַכן וויסנשאַפֿטלעכע עקספּערימענטן און ווײַזן ווי זיי האָבן געמאַכט אַ מוסטער פֿונעם מענטשלעכן אויג מיט אויסגעשניטענעם האַרטן פּאַפּיר. דער ציל: צו ווײַזן דער וועלט, אַז די ישיבֿות גרייטן צו די תּלמידים פֿאַר אַ הצלחהדיקן לעבן אין דער מאָדערנער וועלט.

די פּירסום־מאַטעריאַלן אויף ייִדיש שילדערן אָבער גאָר אַן אַנדער בילד ווײַל זייער ציל איז איבערצוצײַגן פֿרומע עלטערן צו געבן בײַשטײַערס פֿאַר דער אָרגאַניזאַציע אָדער באַקעמפֿן די פֿאָרגעשלאָגענע תּקנות. דאָ ווײַזן די ווידעאָס ווי אַ דערציִונגס־אינספּעקטאָר נעמט אַוועק די ספֿרים, קוישבאַלן און אַפֿילו גלעזער מילך און ווי די ישיבֿות ווערן ממש אײַנגעשלונגען פֿון די פֿײַערצונגען. מע רעדט אַ סך וועגן פֿאַרראָט: „מוסרים‟, „אָפּטריניקע פֿון כּלל ישׂראל‟, „ביטערע אומבאַגרײַפֿלעכע קאָנסעקווענצן‟, „כּוחות הטומאה‟, „בייזוויליקע השמצות און רכילות פֿון די מוסרים‟, וואָס פֿאַרשטעלן דעם וועג פֿון „דער הייליקער אָרגאַניזאַציע ׳פּיערלס׳‟ און אַ „חינוך הטהור‟.

PEARLS from The Forward on Vimeo.

עס זענען אויך דאָ אונטערשיידן צווישן די ייִדישע און ענגלישע פּירסום־מאַטעריאַלן וואָס שייך די פֿאַקטן גופֿא. איין רעקלאַמע, וואָס איז דערשינען אין אַ פֿרומער צײַטשריפֿט, זאָגט אַז „׳פּיערלס׳ אַרבעט פֿאַר אַלע מוסדות, סײַ די וואָס לערנען עטלעכע שעה ענגליש, סײַ די וואָס לערנען בכלל נישט קיין ענגליש.‟ אַזאַ ידיעה איז אין גאַנצן סותר מיט דעם נוסח וואָס מע גיט איבער דעם ברייטן עולם אויף ענגליש, וווּ עס שטייט, אַז עס עקסיסטירן בכלל נישט אַזוינע ישיבֿות וואָס לערנען נישט קיין ענגליש.

ענטפֿערנדיק אויף אָט דער סתּירה האָט הרבֿ דוד צוויבל, אַ מיטגליד פֿון דער „פּיערלס‟־פֿאַרוואַלטונג, געזאָגט: „אויב עס זענען טאַקע דאָ אַזעלכע שולן, זענען זיי נישט מער ווי איינע אָדער צוויי, און אַ סך פֿון יענע קינדער קומען פֿון משפּחות וווּ ענגליש איז די הויפּטשפּראַך, הייסט עס אַז עס פֿעלט זיי נישט קיין קענטשאַפֿט פֿון ענגליש.‟

די ישיבֿה־גראַדואַנטן וואָס האָבן געבראַכט די טענה צום „דערציִונגס־דעפּאַרטמענט‟ זאָגן אָבער אַז ס׳זענען דאָ צענדליקער ישיבֿות אין שטאָט ניו־יאָרק, וואָס לערנען קוים־קוים לימודי־חול.

ד׳׳ר עדי פּאָרטנוי, דער אַקאַדעמישער בעל־יועץ און אויסשטעלונג־קאָאָרדינאַטאָר בײַם ייִוואָ, האָט געזאָגט אַז דער צוגאַנג פֿון „פּיערלס‟ און אירע שטיצער איז ענלעך צו דעם וואָס ער האָט שוין פֿריִער געזען בײַם חרדישן עולם.

ווען וויליאַמבסורג האָט מיט כּמעט 20 יאָר צוריק ערשט אָנגעהויבן צוציִען נישט־חסידישע אײַנוווינער, האָבן זיך באַוויזן פּאַשקעווילן אין געגנט שרײַענדיק אַז דאָס באַזעצן זיך פֿון די „היפּסטערס“ איז פּונקט אַזאַ אומגליק ווי די טעראָריסטישע אַטאַקן פֿונעם 11טן סעפּטעמבער. שפּעטער האָבן חרדישע קהילה־אַקטיוויסטן גענומען וואָרענען קעגן דעם דערלויבעניש־בויגן וואָס עלטערן וועלן דאַרפֿן אָנהייבן אונטערשרײַבן וועגן די סכּנות פֿון מציצה־בפּה, טענהנדיק אַז דאָס איז אַ סימן אַז די שטאָט פּרוּווט מאַכן אומלעגאַל ברית־מילה בכלל.

„זיי ניצן אויס די סאַמע דראַמאַטישסטע, איבערגעטריבענע ווערטער, כּדי איבערצושרעקן דעם עולם און במילא זיי איבערצײַגן צו שטיצן זייער באַוועגונג,“ האָט פּאָרטנוי דערקלערט. אַ טייל פֿון די אימאַזשן אין דער איצטיקער קאַמפּאַניע פֿון „פּיערלס‟ ווי, למשל, די ברענענדיקע ספֿרים, האָט ווי אַ ציל אַרויסצורופֿן זכרונות פֿונעם נאַצישן גיהנום.

אין אַן אוידיאָ־רעקאָרדירונג וואָס דער „פֿאָרוואַרד‟ האָט לעצטנס באַקומען, הערט מען אַ רעדע אויף ייִדיש וואָס צוויבל, דער מיטגליד פֿון דער „פּיערלס‟־פֿאַרוואַלטונג, האָט געהאַלטן אין אָקטאָבער, וווּ ער טענהט אַז יענע לעקציע־פּלענער וואָס פּריידיקן נישט קיין מיטגעפֿיל פֿאַר האָמאָסעקסואַליסטן וועלן נישט אָנגענומען ווערן פֿונעם שטאַט. אין דער אמתן שטייט בפֿירוש אָנגעשריבן אין די תּקנות פֿונעם שטאַט, אַז די אינספּעקטאָרן דאַרפֿן זײַן „סענסיטיוו‟ צו דער ראָלע וואָס „טראַדיציעס און גלויבנס‟ שפּילן אין די לעקציע־פּלענער און אינעם חינוך בכלל.

דורך אַ וואָרטזאָגער האָט צוויבל זיך אָפּגעזאָגט פֿון ענטפֿערן אויף פֿראַגעס וועגן אָט דער רעדע. אין אַ פֿריִערדיקן אינטערוויו האָט צוויבל געלייקנט אַז די „פּיערלס“־קאַמפּאַניע פֿאַרשפּרייט פֿאַלשע ידיעות.

„אויב עמעצער גיט איבער פֿאַלשע ידיעות און שאַפֿט אַ פּאַניק אומזיסט, זאָג איך, אַז זיי זאָלן דאָס נישט טאָן. איך קוק אָבער דורך די תּקנות און שטעל זיך פֿאָר וואָס קען נאָך געשען אויב געוויסע ישיבֿות וועלן זיי נישט פֿאָלגן,‟ האָט צוויבל געזאָגט. „דאָס איז נישט קיין גוזמא.‟

די אימאַזשן שטאַמען פֿון אַ באַרעכטיקער מורא, האָט באַמערקט משה קראַקאָווסקי, דער דירעקטאָר פֿון דער עזריאלי־מאַגיסטער־פּראָגראַם בײַם „ישיבֿה־אוניווערסיטעט‟. די קעגנערשאַפֿט צו די נײַע תּקנות האָבן ווייניקער צו טאָן מיט דער צאָל שעהען וואָס מע לערנט לימודי־חול ווי סתּם דער געדאַנק, אַז „עמעצער וועט אונדז זאָגן ווי אַזוי צו דערציִען אונדזערע קינדער.‟

„פּיערלס‟ און אַנדערע אָרגאַניזאַציעס ווי „אַגודת־ישׂראל פֿון אַמעריקע“ האָבן געבעטן אַז עלטערן וואָס זענען קעגן די ענדערונגען זאָלן אַרײַנשיקן קאָמענטאַרן צום „רעגענטן־ראָט“, דערקלערנדיק זייער אָפּאָזיציע. אין דער זעלביקער צײַט ווי עס איז געווען אַקטיוו דער „כּל־ישׂראל־קאַמפּיין“ אין האַרבסט האָט מען געזאַמלט מער ווי 85,000 בריוו קעגן דעם פּלאַן צו ענדערן די רעגולאַציעס.

ד״ר רוחמה פֿונד, אַ פּסיכאָלאָגין און מאַמע פֿון ישיבֿה־תּלמידים, האָט אונטערגעשריבן אַ בריוו פֿון אַ גרופּע מעדיצינישע אַרבעטער וואָס זענען קעגן די ענדערונגען. זי האָט איבערגעגעבן דעם Forward, אַז זי האָט זיך דערוווּסט וועגן די רעגולאַציעס פֿון די צײַטונגען און נאָענטע מענטשן פֿון אירע קרײַזן, וואָס זענען „שטאַרק דערשראָקן“ דערפֿון.

פֿאַר די וואָס שטיצן יאָ די ענדערונגען, איז נישט פֿאַראַן קיין גרינגער אופֿן צו באַקעמפֿן די פֿאַלשע ידיעות וועגן די רעגולאַציעס. דער אופֿן ווי אַזוי אינפֿאָרמאַציע פֿאַרשפּרייט זיך אינעם חרדישן ציבור שטעלט צו נאָך שוועריקייטן. אַ סך מענטשן נוצן נישט די אינטערנעץ. אַ סך חסידישע ישיבֿות פֿאָדערן, אַז די משפּחות פֿון זייערע תּלמידים טאָרן נישט באַזוכן קיין עפֿנטלעכע ביבליאָטעק.

נפֿתּלי מאָסטער, דער גרינדער און דירעקטאָר פֿון „יאַפֿעד“, די אָרגאַניזאַציע וואָס האָט לכתּחילה געבראַכט די טענה צו דער שטאָט וועגן דעם אופֿן ווי אַזוי מע לערנט לימודי־חול אין די ישיבֿות, האָט דערקלערט דעם Forward, אַז אַ וויכטיקער טייל פֿון זײַן קאַמפּאַניע איז בײַצוקומען „די צענזור און די גרויסע שוועריקייטן בײַם קריגן פּינקטלעכע אינפֿאָרמאַציע פֿון דער פֿרומער מעדיע“.

די גרופּע „קען נישט עקסיסטירן ווען אַלץ איז דורכזיכטיק און אין דער עפֿנטלעכקייט,“ האָט געזאָגט ס___, אַ פֿאָטער פֿון ישיבֿה־תּלמידים וואָס האָט געבעטן, מע זאָל נישט אויסזאָגן זײַן נאָמען, אויס מורא אַז מע וועט זיך נוקם זײַן אין אים. „די פֿאַקטן באַרעכטיקן פּשוט נישט וואָס זיי זאָגן“.

דזשאָרדין קוציק האָט געהאָלפֿן צוגרייטן דעם אַרטיקל און האָט איבערגעזעצט די טעקסטן פֿון ייִדיש אויף ענגליש פֿאַרן Forward.

מאַלי (מלכּה) בויגען איז אַן אויספֿאָרש־רעפּאָרטערין בײַם Forward. שרײַבט איר אויף boigon@forward.com אָדער פֿאָלגט איר נאָך אויף טוויטער @MollyBoigon.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version