Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דזשערזי סיטי שיסער האָט געשריבן אַנטיסעמיטישע מעלדונגען אויף סאָציאַלער מעדיאַJersey City Shooter Wrote Anti-Semitic Posts On Social Media

דער בירגערמײַסטער האָט געזאָגט אַז די צוויי פֿאַרדעכטיקטע האָבן בכּיוון אויסגעקליבן די כּשרע שפּײַזקראָם.

איינער פֿון די פֿאַרדעכטיקטע אינעם שיסערײַ מיטוואָך אין דזשערזי סיטי, ניו־דזשערזי, האָט געשריבן אַנטיסעמיטישע מעלדונגען אויף דער סאָציאַלער מעדיאַ, האָט אַ פּאָליציי־באַאַמטער איבערגעגעבן דער ניו־יאָרק טײַמס. זעקס מענטשן זענען דערהרגעט געוואָרן אינעם אַטקאַק, אַרײַנגערעכנט פֿינעף אין אַ כּשרן שפּײַזקראָם,

דער בירגערמײַסטער פֿון דזשערזי סיטי, סטיווען פֿולאָפּ, האָט מיטוואָך געשריבן אויף טוויטער אַז די צוויי פֿאַרדעכטיקטע שיסער, וואס האָבן דערשאָסן אַ פּאָליציאַנט אין אַ צווינטער איידער זיי זענען געפֿאָרן אין דער „דזשיי סי כּשרער שפּײַזקראָם‟ האָט בכּיוון אויסגעקליבן די קראָם.

לויט דער אָרטיקער נײַעס סטאַנציע „ען־בי־סי‟, זענען די שיסער געווען דייוויד אַנדערסאָן און פֿראַנצין גרייאַם. דרײַ קוואַלן האָבן געזאָגט אַז אַנדערסאָן איז געווען אַ געוועזענער אָנהענגער פֿון דער „היברו איזרעאַלײַט‟ באַוועגונג. מע האָט געפֿונען אַ העפֿט מיט רעליגיעזע שריפֿטן אינעם משׁא־אויטאָ וואָס די פֿאַרדעכטיקטע האָבן געפֿירט אין קראָם.

די „היברו איזרעאַלײַטס‟, אויך באַקאַנט ווי „בלעק היברוס‟, גלייבן אַז די אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער זענען די „אמתע‟ אָפּשטאַמיקע פֿון בני־ישׂראל און אַז ווײַסע ייִדן זענען „שאַרלאַטאַנען‟.

הײַדי מייריטש, אַ ספּעציאַליסטין אין ראַסיזם און עקסטרעמיזם, האָט געזאָגט דעם פֿאָרוואַרד אַז שוואַרצע נאַציאָנאַליסטישע גרופּעס ווי די היברו איזרעאַלײַטס און דער „ניישאָן אָוו איסלאַם‟ זענען במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע דרײַ יאָר אַ סך געוואַקסן, צום טייל ווי. רעאַקציע אויפֿן וווּקס פֿונעם וואַסן נאַציאָנאַליזם.

אַ קאָנטע פֿון דער סאָציאַלער מעדיאַ פֿאַרבונדן מיט אַנדערסאָן האָט אויך אַרײַנגענומען אַנטי־פּאָליציייִשע מעלדונגען, לויט געוויסע קוואַלן. דער ערשטער קרבן פֿונעם שיסערײַ איז געווען דער דעטעקטיוו דזשאָו סילס, אַ 15־יאָריקער וועטעראַן פֿון דער דזשערזי סיטי פּאָליציי, נאָך דעם ווי ער איז צוגעגאַנגען צו די פֿאַרדעכטיקטע אין אַ צווינטער לעבן דער כּשרער שפּײַזקראָם.

די צוויי שיסער זענען געווען צווישן די פֿינעף מענטשן וואָס זענען דערהרגעט געוואָרן אין דער קראָם.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version