Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דזשערזי סיטי האָט געגעבן חסידים האָפֿענונג אויף אַ בעסער לעבןJersey City Gave Hasidic Families Hope For A Better Life

פֿאַר וואָס האָבן חסידישע משפּחות זיך באַזעצט אין דזשערזי סיטי? „דאָ קענען די קינדער שלאָפֿן אין אַן אייגענעם שלאָפֿצימער,‟ האָט אַ פֿרוי געענטפֿערט.

דער ייִדישער ייִשובֿ אין דזשערזי סיטי, ניו־דזשערזי, וווּ ס׳איז דינסטיק פֿאָרגעקומען די מוראדיקע שיסערײַ, איז במשך פֿון די לעצטע פֿינעף יאָר פֿאַררעכנט געוואָרן ווי אַ מקום־מיקלט פֿאַר וואַקסנדיקע חסידישע משפּחות וואָס קענען נישט אויספֿירן דאָס הויכע דירה־געלט פֿון די ברוקלינער וווינונגען.

דאָ האָבן עלטערן, סוף־כּל־סוף, געקענט קויפֿן אַ הויז אַנשטאָט דינגען דירות דאָס גאַנצע לעבן. דאָ האָבן קינדער געקענט שלאָפֿן אין אַן אייגענעם שלאָפֿצימער אַנשטאָט זיך טיילן דעם צימער מיט אַנדערע שוועסטער און ברידער.

די חסידים וואָס האָבן זיך דאָ אַרײַנגעצויגן אַרבעטן בײַ אָרטיקע פֿאַבריקן ווי די פֿון דער כּשרער שפּײַזפֿירמע „קדם‟ אינעם שכנותדיקן שטעטל בעיאָן. אַנדערע קענען יעדן טאָג פֿאָרן צו זייערע שטעלעס אין וויליאַמסבורג מיט אַ חסידישן אויטאָבוס. קליינע קינדער קענען זיך לערנען אין אַן אָרטיקן חדר בעת די עלטערע קינדער פֿאָרן מיטן חסידישן אויטאָבוס קיין ברוקלין.

איידער מע האָט געעפֿנט די שפּײַזקראָם אויף מאַרטין לוטער קינג דזשוניאָר דרײַוו, וווּ ס׳איז פֿאָרגעקומען דער אַטאַק — האָט דערציילט אַן אָרטיקער רבֿ, ר׳ יצחק לייפֿער — האָבן די חסידישע משפּחות געקויפֿט זייער עסן אויף אַ מער אומפֿאָרמעלן אופֿן: בײַ אַ ייִד וואָס האָט געהאַלטן כּשר יאָגורט, מילעך, ברויט און אַנדערע גרונטפּראָדוקטן אין אַ גרויסן פֿרידזשידער בײַ זיך אין קעלער.

מיט דרײַ יאָר צוריק האָט מען געעפֿנט די שפּײַזקראָם און זינט דעמאָלט האָט זיך דער ייִשובֿ צעבליט. מנינים טרעפֿן זיך אין פֿינעף שטיבלעך, ס׳איז דאָ אַ כּולל וווּ ייִדישע מענער קענען לערנען אָדער פֿול־צײַטיק אָדער טייל־צײַטיק און אַ מיקווה, אַרום דעם ראָג פֿון דער שפּײַזקראָם.

יוסף מאַנדל, אַ חשבון־פֿירער וואָס פֿאָרט יעדן טאָג צו דער אַרבעט אין דזשערזי סיטי פֿלעג זיך אָפּשטעלן בײַ דער שיל אויף מאַרטין לוטער קינג דזשוניאָר דרײַוו כּדי צו העלפֿן מאַכן אַ מנין. אָבער במשך פֿונעם לעצטן אַנדערטהאַלב יאָר האָט מען אים שוין מער נישט געדאַרפֿט.

הרבֿ יצחק און ברכה לײַפֿער זענען געקומען אַהער נאָך דעם ווי אַ נײַער באַלעבאָס האָט אָפּגעקויפֿט זייער בנין אין ברוקלין און דאָס פּאָרפֿאָלק האָט נישט געקענט אויספֿירן דאָס געהעכערטע דירה־געלט. איצט פֿאַרמאָגן זיי אַ שטוב מיט צוויי גאָרנס, איין גאַס פֿון דער שפּײַזקראָם. אויפֿן ערשטן גאָרן געפֿינט זיך אַ גרויסע קיך מיט אַן עסטיש, בילדער פֿון קינדער און אייניקלעך. פּאַזע דעם עסטיש שטייט אַ הילצערנער ביכערשאַנק פֿול מיט ספֿרים.

הרבֿ יצחק לײַפֿער אין דער קיך פֿון זײַן שטוב אין דזשערזי סיטי Image by Ari Feldman

דער צווייטער גאָרן דינט ווי אַ קליינער בית־מדרש. די לײַפֿערס האַלטן זיך פֿאַר סאַטמאַרער אָבער זענען אויך טייל פֿון די בערדיטשעווער; האָבן זיי אַ נאָמען געגעבן דעם בית־מדרש „קדושת לוי‟, נאָכן באַקאַנטן ספֿר פֿון ר׳ לוי־יצחק בערדיטשעווער, פֿון וועמען לייפֿער שטאַמט אַליין אָפּ.

זומערצײַט טרעפֿט זיך אַ מנין יעדן אין דער פֿרי בײַ זיי אין שטוב און במשך פֿונעם טאָג גרייטן מלמדים צו זייערע לעקציעס דאָרט צוליב דער גרויסער זאַמלונג ספֿרים. דער קאָד וואָס מע דאַרף קוועטשן כּדי אַרײַנצוקומען אין הויז איז אויסגעשריבן אויף דער טיר מיט ייִדישע אותיות. איין מאָל אַ חודש טרעפֿט זיך דאָרט אַ גרופּע פֿרויען כּדי צו לערנען תּורה און שמועסן. אין די יום־טובֿים, ווען פֿרויען קומען אויך דאַווענען, שטעלט מען אויף אַ מחיצה געמאַכט פֿון צונויפֿלייג־טישלעך און בענקלעך.

די לײַפֿערס זאָגן אַז אַ צאָל סאַטמאַרער ייִדן וואָס וווינען נאָך אַלץ אין וויליאַמסבורג און באָראָ פּאַרק כאַפּן זיך אַז דאָס וווינען אין דזשערזי סיטי קען העכערן זייער לעבן־סטאַנדאַרט. „אין ברוקלין זאָרגט מען זיך תּמיד צי מע וועט קענען באַצאָלן דירה־געלט באַצײַטנס,‟ האָט ר׳ יצחק געזאָגט. „דאָ איז מען מער אויסגעשפּאַנט, צופֿרידן. מע זעט עס אויפֿן פּנים.‟

„דאָ קריגט מען זיך נישט,‟ האָט ברכה געזאָגט. „ס׳איז דאָ אַחדות בײַ אונדז‟.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version