ווידעאָס: לוויות פֿון דזשערזי סיטי קרבנות משה הערש דויטש ז׳׳ל און לאה מינדל פֿערענץ ז׳׳לVideos: Funerals of Jersey City Victims Moshe Deutsch and Leah Mindel Ferencz
אין דער האַרץ־רײַסנדיקער סצענע גיט דער אַלמן פֿון לאה מינדל פֿערענץ ז׳׳ל איבער, ווי זייער טעכטערל פֿרעגט זיך נאָך נאָך דער מאַמען.
נאָכן שוידערלעכן אַטאַק אין דזשערזי־סיטי דינסטיק איז נעכטן בײַנאַכט פֿאָרגעקומען צוויי האַרץ־רײַסנדיקע לוויות פֿון די ייִדישע קרבנות, משה הערש דויטש ז׳׳ל און לאה מינדל פֿערענץ ז׳׳ל.
טויזנטער מענטשן זענען אַרויסגעקומען אויסדריקן זייער צער אין וויליאַמסבורג, וווּ מע האָט געהאַלטן הספּדים פֿאַר משה הערש דויטש ז׳׳ל און באַגלייט דעם אורן דורך די גאַסן.
אין דזשערזי־סיטי איז דער גאַנצער חסידישער ציבור אַרויסגעקומען באַוויינען דעם מאָרד פֿון לאה מינדל פֿערענץ הי׳׳ד, אַן אייגנטימערין פֿון דער אָרטיקער כּשרער שפּײַזקראָם, וואָס דינט ווי דער סאַמע־צענטער פֿונעם אָרטיקן ייִדישן לעבן. איר אַלמן, משה פֿערענץ, האָט זיך צעוויינט אין מיטן פֿון זײַן הספּד ווען ער האָט דערמאָנט, ווי זײַן טעכטערל דבֿורהלע האָט בײַ אים לעצטנס געפֿרעגט, „וווּ איז מאַמי, ווען קענען מיר זען מאַמי?‟
„דו האָסט אַ שמייכל געגעבן פֿאַר יעדן‟, האָט ער ווײַטער געזאָגט, נאָכן דערקלערן, אַז דאָס פּאָרפֿאָלק האָט זיך באַזעצט אין דזשערזי־סיטי, כּדי צו בויען אַ בעסער לעבן פֿאַר זייערע קינדער. „מײַנע טײַערע קינדער, מײַנע אוצרות. ביז אַהער האָט דער רבונו־של־עולם געזאָגט, אַז מאַמע זאָל העלפֿן, מאַמע זאָל אַלעס טון. אָבער איצט האָט דער רבונו־של־עולם געזאָגט ׳ניין, קינדערלעך, טאַטע גייט פֿון אײַך קעיר נעמען (אַכטונג געבן)׳.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO