אַ שטעלע אין ייִדישלאַנד: אַרבעטער־רינג זוכט ייִדיש־קאָאָרדינאַטאָרA Job in Yiddishland: Worker’s Circle Seeking a Yiddish Coordinator
די פֿולצײַטיקע שטעלע נעמט אַרײַן דאָס העלפֿן אָנפֿירן מיט די ייִדיש־קלאַסן און שאַפֿן כּלערליי מינים ייִדיש־פּראָגראַמען.
איצט אַז נח באַרעראַ וועט ווערן דער נײַער דירעקטאָר פֿון דער ייִדיש־ליגע, זוכט דער אַרבעטער־רינג אַ מענטש צו פֿאַרנעמען זײַן אָרט ווי דער ייִדיש־קאָאָרדינאַטאָר פֿון די ייִדיש־פּראָגראַמען. די שטעלע איז אַ פֿולצײַטיקע.
דער קאָאָרדינאַטאָר וועט אַרבעטן מיטן דירעקטאָר פֿון ייִדיש־פּראָגראַמען און לערערײַ בײַם אַרבעטער־רינג — קאָליע באָראָדולין. ער אָדער זי דאַרף צונויפֿשטעלן דעם צײַטפּלאַן פֿון די קלאַסן; פֿאַרזיכערן אַז די סטודענטן האָבן אַלץ וואָס זיי דאַרפֿן; פֿאַרזיכערן אַז דער סיגנאַל פֿון די אינטערנעץ־קורסן אַרבעט ווי געהעריק און אָנפֿירן מיט אַלע אַדמיניסטראַטיווע אויפֿגאַבעס פֿון דער יערלעכער זומער־פּראָגראַם „אַ רײַזע קיין ייִדישלאַנד‟. ער אָדער זי דאַרף אויך העלפֿן אָרגאַניזירן ייִדיש־אַקטיוויטעטן במשך פֿונעם יאָר, צוהעלפֿן די לערער פֿון די אַרבעטער־רינג־שולעס מיט ייִדיש־מאַטעריאַלן און שאַפֿט פּירסום און רעקלאַמעס פֿאַר די ייִדיש־קורסן.
דער קאַנדידאַט דאַרף האָבן פּראַקטיק פֿון, צום ווייניקסטן, אַ יאָר בײַם אָנפֿירן אַזאַ מין אָרגאַניזאַציאָנעלע אַרבעט; דאַרף קענען ייִדיש און גוט אויסקומען מיט מענטשן.
פֿאַראינטערעסירטע זאָלן אַרײַנשיקן זייער רעזומע אין איינעם מיט אַ באַגלייטבריוו, צו hr@circle.org.
נאָך אינפֿאָרמאַציע, קוועטשט דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO