פֿאָרווערטס און מאַנהעטן־„דזשיי־סי־סי‟ וועלן פֿירן חנוכּה־זינגערײַ אויף ייִדישForverts and Manhattan JCC To Lead Yiddish Hanukkah Sing-Along
די רעדאַקטאָרין שׂרה־רחל שעכטער און ייִדיש־לערערין שיינע לעווין וועלן צינדן די ליכט און זינגען לידער ווי „אָ איר קליינע ליכטעלעך‟ .
צום צווייטן חנוכּה־ליכטל — מאָנטיק, דעם 23סטן דעצעמבער, פֿינף אַ זייגער אין אָוונט — וועט די פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרשע שׂרה־רחל שעכטער און שיינע (סוזען) לעווין צינדן די חנוכּה־ליכט אין אַן עפֿנטלעכער צערעמאָניע בײַם „דזשיי־סי־סי‟ (ייִדישן קולטור־צענטער) אין מאַנהעטן און דערנאָך וועלן זיי אָנפֿירן מיט געזאַנג בציבור פֿון חנוכּה־לידער אויף ייִדיש. צווישן די לידער וועלן אויך זײַן יענע וואָס מע האָט דורות לאַנג געזונגען אין די ייִדישע שולן, ווי „אָ איר קליינע ליכטעלעך‟ און „ברוך אַתּה‟.
די אונטערנעמונג וועט פֿאָרקומען בײַם „ייִדישן קהילה־צענטער אויפֿן נאָמען פֿון מערילין מײַערסאָן‟ אויפֿן אָפּער־וועסט־סײַד. בײַ דער געלעגנהייט וועט מען אויך עסן פּאָנטשקעס און אַנדערע מעדנים.
געזאַנג־בויגנס וועלן אויסגעטיילט ווערן צוצוהעלפֿן די מענטשן אין עולם וואָס קענען אָדער געדענקען נישט דעם טעקסט פֿון די לידער.
כּדי צו ווערן אַ שטיצער פֿונעם פֿאָרווערטס און זיך דערוויסן וועגן אַנדערע פּראָגראַמען אַזעלכע, פֿאַרבינט זיך מיט ראָבי קאַפּלאַן..
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO