Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

רעאַקציעס אויפֿן רוף צו מאַכן ייִדיש אַן אָפֿיציעלע שפּראַך אין ישׂראלReactions To the Call To Make Yiddish an Official Language In Israel

זאָל מען אין דעם וויכּוח דערמאָנען דעם חורבן, אָדער בלויז באַטאָנען די לעבעדיקייט פֿון דער שפּראַך במשך פֿון הונדערטער יאָרן?

דאָס איז דער צווייטער טייל פֿונעם אַרטיקל, „קען ייִדיש ווערן אַן אָפֿיציעלע שפּראַך אין ישׂראל?‟

איידער מ’האָט אָפּגעדרוקט מײַן ערשטן אַרטיקל האָב איך ממש קיין אַנונג ניט געהאַט, ווי אַזוי וועלן די לייענער רעאַגירן. אפֿשר האָב איך זיך געקאָנט פֿאָרשטעלן אַז מענטשן וועלן טראכטן וואָס מיצקע דרינען קומט דער מחבר אַרויס מיט אַזאַ ראַדיקאַלן פֿאָרשלאָג.

איצט בײַם שרײַבן דעם המשך קומט עס מיר אָן אַ סך לײַכטער. כ’ווייס אומגעפֿער אויף וועלכן באָדן איך שטיי, אַ דאַנק דער גרויסער צאָל קאָמענטאַרן, וועלכע מע האָט אַרויפֿגעשטעלט אויפֿן „פּנים־בוך‟ און אַנדערע וואָס זענען צו מיר פּערזענלעך אָנגעקומען. דאָס אַליין זאָגט עדות, אַז די פֿראַגע „ייִדיש ווי אַן אָפֿיציעלע שפּראַך אין ישׂראל‟ רופֿט אַרויס שטאַרקע עמאָציעס דווקא ווײַל ס’באַהאַנדלט אַ פּראַקטישן ענין. דאָ איז ס’אָרט צו דערמאָנען, אַז די איניציאַטאָרן פֿונעם געדאַנק זענען יעווגעני קיסין, דער באַרימטער פּיאַניסט, ייִדישער שרײַבער, איבערזעצער און רעציטאַטאָר, און בערל סאַנדלער, דער פֿאָריקער פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָר און אָנגעזעענער שריפֿטשטעלער וואָס איז אונדז אַלעמען גוט באַקאַנט.

ס’וועט זײַן אוממעגליך צו ציטירן דאָ יעדן איינעם אָבער איידער איך ברענג עטלעכע ציטאַטן וויל איך געבן אַן אַלגעמיינעם איבערבליק. די לייענערס האָבן פּאָזיטיוו אויפֿגענומען דעם געדאַנק פון ייִדיש ווי אַן אָפֿיציעלע שפּראַך אין ישׂראל, נאָר מערסטנס אויסגעדריקט די באַוואָערעניש אַז ס’איז ניט רעאַליסטיש, גיכער אַ שיינער חלום וואָס די ישׂראלישע געזעלשאַפֿט קאָן עס ניט פֿאַרדײַען. פֿון מײַנעט וועגן האָב איך אינעם אַרטיקל זיך באַמיט אויסצורעכענען גענוי די אַרגומענטן כּדי עפֿענען אַזאַ מערכה לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך. ס’איז קלאָר אַז ס’רעדט זיך ניט וועגן אַ ציל וואָס וועט פֿאַרווירקלעכט ווערן אין אַ קורצן טערמין. ס’רעדט זיך וועגן אַ לאַנג־דויערנדיקן קאַמף. דעריבער מוז די לאָגיק און ראַציאָנאַל זײַן זייער קלאָר באַגרינדעט, כּדי אָפּצוּוואַרפֿן אַלע פֿײַנטלעכע שטעלונגען קעגן דעם געוואַגטן פֿאָרשלאָג לטובֿת ייִדיש. נאָר ס’באַקומט זיך אַז די אַלע וועלכע נעמען יאָ אָן דעם געדאַנק, זענען שטאַרק פּעסימיסטיש לגבי זײַן פֿאַרווירקלעכונג, אָבער ברענגען ניט אַרויס קיין שום גוט דורכגעטראַכטן אַרגומענט פֿאַר וואָס פֿילן זיי אַזוי אַז דער נײַער געדאַנק וועט קיין מאָל נישט רעאַליזירט ווערן. אַפֿילו דער פֿאָרגעזעענער חשש, אַז די קעגנערשאַפֿט צו ייִדיש וועט קומען פֿון אַן עטנישער ריכטונג, ס’הייסט אַז געוויסע עדותן וועלן טענהן „פֿאַר וואָס גיט מען די אַשכּנזים און מ’גיט נישט אונדז‟, ווערט ניט פֿאָרגעשטעלט און אַנאַליזירט ווי געהעריק. דעריבער איז שווער, אויף דעם דאָזיקן געביט, צו פֿירן אַן ערנסטע דיסקוסיע צווישן אָפּטימיסטן און פּעסימיסטן. איין הויפּט־דיסקוסיע איז יאָ געקומען צום אויסדרוק און ס’איז וויכטיק עס ברענגען פֿאַרן לייענער.

יעגווגעני קיסין האָט געשטעלט די פֿראַגע: „צו װאָס רײדן װעגן דעם חורבן און זײַנע קרבנות? ייִדיש איז געװען די שפּראַך ניט בלױז פֿון יענע קרבנות (אַגבֿ, גאָר ניט אַלע פֿון זײ זײַנען געװען ייִדיש־רעדערס); זי איז געװען די שפּראַך פֿון דעם גרעסטן טייל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק במשך פֿון הונדערטער יאָרן און די קולטור, געשאַפֿענע אױף דער דאָזיקער שפּראַך, איז זייער אַ רײַכער, װיכטיקער און אָרגאַנישער טײל פֿון אונדזער פֿאָלקס ירושה. מיר דוכט זיך, אַז דװקא דאָס דאַרף מען אונטערשטרײַכן.‟

באָריס סאַנדלער איז מסכּים מיט קיסינען און גיט צו: דווקא דער חורבן איז געוואָרן אַ כּפּרה־הינדל אין די הענט פֿון ישׂראלדיקן עסטאַבלישמענט כּדי צו „דעקן‟ אַלע חובֿות מכּוח דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום, אַרײַנגערעכנט „די פּאָזיטיווע באַציִונג צום ייִדישן לעבן פֿון אַמאָל און צו די אַכזריותדיקע אומגעבראַכטע ייִדישע קהילות‟.

ד״ר עמוס סאָרגען, אַ פֿילאָסאָפֿיע־דאָקטאָראַנט אין חיפֿהער אוניווערסיטעט שרײַבט: „כ’מיין ניט אַז מען דאַרף דערמאָנען דעם חורבן. צו וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן די מדינה? די גרינדונג פֿון מדינת־ישׂראל האָט געהאַט ווי זײַן הויפּטציל צו פֿאַרזיכערן דעם פֿיזישן קיום פֿון די געראַטעוועטע ייִדן און כּדי צו שאַפֿן אַ נײַעם ייִד וואָס זאָל זײַן דער אַנטיטעז פֿונעם גלות־ייִד. צו פֿאַרזיכערען דעם המשך פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור? בשום־אופֿן נישט.‟

שלמה לערמאַן, אַ ייִדיש־איבערזעצער פֿון ירושלים, האָט באַמערקט אַז דאָס אײַנפֿירן ייִדיש ווי אַן אָפֿיציעלע שפּראַך אין מדינת־ישׂראל איז אַ שיינער חלום, אַ שיינער וווּנטש אָבער בלויז אַן אוטאָפּישער.

איך פֿאַרשטיי גאַנץ גוט די וועלכע טענהן אַז ייִדיש שטייט פֿאַר זיך אַליין, צוליב די וואָגיקע ווערטן, ייִדישע און אוניווערסאַלע, וועלכע די דאָזיקע שפּראַך שטעלט מיט זיך פֿאָר. נאָר לויט מײַן באַשיידענער מיינונג קען מען נישט אויסמײַדן דאָס פֿאַררופֿן זיך אויפֿן חורבן ווײַל די דאָזיקע מערכה טראָגט אַ פֿולן היסטאָרישן באַטײַט. עמעצער מיינט אַז די ישׂראלים און זייערע לעגיסלאַטאָרן וועלן זיך פּלוצעם כאַפּן און זאָגן: „אוי ווי שיין און רײַך איז ייִדיש! לאָמיר אָנערקענען און העכערן איר סטאַטוס!‟ דאָס איז טאַקע נישט רעאַליסטיש. נאָר ווען די ישׂראלים וועלן מאַכן אַ חשבון־הנפֿש און זיך בפֿירוש שלאָגן על־חטא צוליב דער עוולה וואָס מ’האָט אָפּגעטאָן קעגן ייִדיש (און אויך, פֿאַרשטענדלעך, קעגן אַנדערע ייִדישע שפּראַכן) און פֿאַרשטיין אַז דאָס איז געווען אַ פֿאַטאַלער טעות מיט ריזיקע נעגאַטיווע קאָנסעקווענצן אויף דער דערציִונג און קולטור אין לאַנד, נאָר דעמאָלט וועט מען זיך נעמען טראַכטן וואָס טוט מען כּדי צו פֿאַרבעסערן די לאַגע. די גאַנצע סוגיא —דערמאָנען אָדער נישט דערמאָנען דעם חורבן — איז אונדזערס אַן אינערלעכע דיסקוסיע. ווער עס וויל פֿירן זײַן ייִדיש־קאַמפּיין אַנדערש ווי איך מיין, וועל איך אים נאָר ווינטשן הצלחה אין זײַנע באַמיִונגען. מײַן חובֿ איז צוצוגרייטן אַן אַרגומענטן־אַרסענאַל, וואָס זאָל, אין דער ערשטער סטאַדיע, איבערצײַגן באַרימטע פּערזענלעכקייטן זיך צו אַנגאַזשירן אין אָט דעם ענין. עפּעס גאָר ענלעכס צו וואָס ס’איז געשען פֿאַרן אָננעמען דעם געזעץ, אין יאָר 1996, לויט וועלכן מ’האָט געשאַפֿן די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, און גלײַכצײַטיק די אינסטאַנץ פֿאַר לאַדינאָ.

אין יאָר 1990 האָט דער המשך־דור ליבהאָבערס פֿון ייִדיש־פֿאַרבאַנד צוגעשטעלט צום ברייטן ציבור און כּנסת־דעפּוטאַטן דעם געזעץ־פֿאָרשלאָג צו שאַפֿן אַן אינסטאַנץ וואָס זאָל זאָרגן פֿאַר מאַמע־לשון. ס’האָט לאַנג ניט געדויערט ביז ס’האָבן זיך באַוויזן צוויי ענערגישע דעפּוטאַטן, ביידע געראַטעוועטע פֿון חורבן, פּראָפֿ׳ שבח ווייס (אַרבעטס פּאַרטיי) און דבֿ שילאַנסקי (ליכּוד) און פֿון דאַן איז שוין לײַכטער געווען צו שטופּן פֿאָרויס דעם וואָגן, ביז דער ענדגילטיקער אָפּשטימונג אין 1996, אין כּנסת, ווען מ’האָט אָנגענומען דעם געזעץ. דער המשך־דור, אַ קליינע אָרגאַניזאַצע אָבער קלאָר געצילטע, האָט געפֿירט איר מערכה כּמעט אַליין. און דער מהלך האָט מצליח געווען. ווי האָט געזאָגט יענער אונגאַריש־ייִדישער באַבערדלטער מנהיג? אם תּרצו אין זו אגדה, אויב איר ווילט — איז עס ניט קיין לעגענדע. לאָמיר זיך אָפּלערנען פֿון דער דאָזיקער ממשותדיקער דערפֿאַרונג און עס אויסניצן פֿאַר די נײַע אויפֿגאַבן וואָס מיר וועלן זיך שטעלן. לויט מײַן פֿאַרשטאַנד, איידער דער מאָביליזאַציע פֿאַר ייִדיש ווי אַן אָפֿיציעלע שפּראַך, מוז מען א ביסעלע צוגרייטן דעם באָדן דורך אָפּרייניקן די אַנטי־אַשכּנזישע שטימונגען, וועלכע הערשן הײַנט אין פֿאַרשידענע טיילן פֿון דער באַפֿעלקערונג. און דאָס פֿאָדערט אַן אַנאַליז פֿאַר זיך וואָס ס’איז בעסער אָפּלייגן אויף אַ באַזונדערן אַרטיקל.

אָט האָט איר אַ בינטל רעאַקציעס, מיט קירצונגען, אַרום דעם געדאַנק צו געבן ייִדיש אַן אָפֿיציעלן סטאַטוס:

„דער פֿאָרשלאָג איז גראַדע לכּבֿוד די זעקס מיליאָן קדושים — האָט זיך אַ פֿאָרווערטס־לייענער אויסגעדריקט — ווײַל זיי האָבן אַזוי געחלומט…

דער אָנגעזעענער ישׂראלישער לינגוויסט און רעוויטאַליסט (אַ מענטש וואָס העלפֿט אויפֿלעבן שפּראַכן), פּראָפֿ׳ גלעד צוקערמאַן, לייגט פֿאָר אַז אויסער דער ישׂראלישער שפּראַך (אַזוי באַצייכנט ער דעם מאָדערנעם העברעיִש), מוזן ענגליש און ייִדיש, ווי יעדע אַנדערע ייִדישע שפּראַך, זײַן אָפֿיציעלע שפּראַכן אין ישׂראל.

זשעסי קליינמאַן, אויך אַ פֿאָרווערטס־לייענערין, שרײַבט: „איך בין מסכּים, אָבער איך האַלט אַז אויך אַראַביש דאַרף ווידער זײַן אַן אָפֿיציעלע שפּראַך אין מדינת־ישׂראל.‟ (לעצטנס האָט מען די אַראַבישע שפּראַך אַראָפּגענידערט פֿון איר סטאַטוס ווי אַ טייל פֿונעם חוק הלאום, נאַציאָנאַליטעט־געזעץ, מיט דער כּוונה כּבֿיכול צו פֿאַרשטאַרקן אין לאַנד די נאַציאָנאַלע ייִדישע ווערטן).

מיכאל ליינוואַנד, אַ כאָרן־דיריגענט און קאָמפּאָזיטאָר אין ישׂראל טענהט אַז ייִדיש האָט פֿולע רעכט פֿאַר אַן אָפֿיציעלן סטאַטוס שוין ווײַל מיטן גרעסטן כּבֿוד פֿאַר אַנדערע ייִדישע שפּראַכן, האָט ייִדיש פֿאָרט געגעבן דער וועלט אַ רײַכע און בולטע קולטור.

שלמה אַיוש, אַ ניו־יאָרקער סטודענט, הײַנט אַ סטודענט אין צפֿון־ישׂראל, שרײַבט: איך האָב שטאַרק הנאה געהאַט פֿונעם געדאַנק, איבערהויפּט דאָס אָנערקענען די חשיבֿות פֿון די פֿאַרשיידנאַרטיקע לשונות און קולטורן אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט, דורך אַ צוזאַמענאַרבעט מיט אַקטיוויסטן פֿון אַנדערע פֿאַרגעסענע ייִדישע שפּראַכן. אַפֿילו אויב דער פֿאָרשלאָג פֿון ייִדיש אַלס אָפֿיציעלע שפּראַך ווערט נישט אָנגענומען, נאָר מ’פֿאַרשטאַרקט איר סטאַטוס — דיינו.

דיאנאַ שפּירא, אַ גראַדויִר־סטודענטקע אין העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושׁלים, גיט צו אַז די טשערנעוויצער קאָנפֿערענץ פֿון 1908 האָט שוין באַטאָנט די סיבות פֿאַר וואָס מע דאַרף אָנערקענען ייִדיש ווי אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿון ייִדישן פֿאָלק. די ייִדישע קולטור איז ניט נאָר אַ געלעגנהייט צו פֿאַרברענגען אויף פֿעסטיוואַלן און פֿאַרווײַלונג. ס’איז אַ שפּראַך וואָס מ’דאַרף רעדן בײַם טיש. אַ קולטור וואָס ס’ייִדישע פֿאָלק דאַרף זיך ווידער פֿאַראייגענען. הלוואי!

ד״ר משה קיכאַק, באַקאַנטער ייִדיש־אַרגענטינער פּסיכיאַטער, שרײַבט: „הלוואי זאָל דער פּראָיעקט מצליח זײַן.‟

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version