Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מיר טרעפֿן זיך מיטן קאַרענער שבֿט אין טײַלאַנדMeeting the Karen tribe in Thailand

אַ סך דאָרפֿסלײַט זענען געניטע וועבער און רעדן אַפֿילו נישט קיין טײַלענדיש; זיי קאָמוניקירן בלויז אויף קאַרעניש.

נאָר דרײַ מאָל אין לעבן האָב איך געהאַט דאָס געפֿיל אַז איך געפֿין זיך אין עקװעלט, װײַט, זײער װײַט פֿון דער מיר באַקאַנטער ציװיליזאַציע.

דאָס ערשטע מאָל איז געװען אין סאַן קריסטאָבעל לאַס קאַסאַס, אַ קלײנע שטאָט ערגעץ אין די בערג פֿון דרום־מעקסיקע. דאָס צווייטע מאָל אין ביראָבידזשאַן, דער ייִדישער אױטאָנאָמער געגנט אױפֿן װײַטן מיזרח פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד (דאָס פֿליִען פֿון מאָסקװע אַלײן האָט געדױערט עלף שעה, כאָטש אַז איך בין שוין אָנגעקומען איז דאָס געווען אויסטערליש אָבער נישט אין גאַנצן פֿרעמד), און צום דריטן מאָל — מיט אַ חודש צוריק, אין אַ דאָרף אין די בערג פֿון צפֿון־טײַלאַנד וווּ איך בין געפֿאָרן מיט מײַן מאַן און צװײ טעכטער ווי טייל פֿון אַ לענגערער וואַקאַציע אין טײַלאַנד און לאַאָס.

די טעכטער האָבן אָרגאַניזירט אַ „האָמסטיי“ (דאָס אײַנשטײן בײַ עמעצן אין דער הײם). אונדז איז די טײַלענדישע קולטור שױן געװען גענוג פֿרעמד און עקזאָטיש, איז שטעלט זיך פֿאָר אונדזער װוּנדער און נײַגעריקײט װען אונדזער װעגװײַזערין דזשיט האָט אונדז געזאָגט, פֿירנדיק אונדז פֿון דער שטאָט טשיאַנג־רײַ אין דאָרף מאָן האַג (Mon Hug) אין „טאַמבאָן‟ (סובגעגנט) מײַ יאַו (Mae Yao), אַז מיר װעלן אײַנשטײן אין אַ דאָרף באַװױנט פֿון פֿאַרשיידענע שבֿטים אָבער דער עיקר פֿון מענטשן פֿון דעם שבֿט קאַרען (Karen). ס׳רובֿ פֿון דעם שבֿט פֿון אַ זיבן מיליאָן מענטשן, האָב איך שפּעטער אויסגעפֿאָרשט, וווינט אין מיאַנמאַר וווּ זיי באַטרעפֿן 7% פֿון דער היגער באַפֿעלקערונג. אין טײַלאַנד זײַנען דאָ אַרום 40,000 קאַרענער, וווּ זיי זײַנען דער גרעסטער פֿון די באַרג־שבֿטים. אַנדערע וווינען אין פּליטים־לאַגערן.

אונדזער גאַסטגעבער, האָט דזשיט אונדז געזאָגט, וועט זײַן ד״ר טשי, וואָס ער וווינט נישט אין דאָרף גופֿא נאָר הינטערן דערפֿל אין די בערג אויף אַ פֿאַרם וווּ ער קולטיווירט קרײַטעכצער און אַנדערע געוויקסן וואָס ווערן געניצט ווי נאַטירלעכע היילונג־מיטלען. גרופּעס קומען אַפֿילו פֿון אױסלאַנד זיך צו לערנען בײַ אים. ד״ר טשי (אַ צונאָמען װאָס הײסט קלײן; אַ קלײנער און זשװאַװער איז ער טאַקע) — זײַן אמתן נאָמען האָבן מיר זיך ניט דערװוּסט אָבער ס׳איז זײער אַ לאַנגער — איז איינער פֿון צען קאַרענער אויף דער וועלט מיט אַ דאָקטאָראַט און איינער פֿון צוויי אין יענער געגנט.

דעם אָנדערטהאַלבן טאָג וואָס מיר האָבן דאָרטן פֿאַרברענגט איז געווען אָנגעפּאַקט מיט נײַע און אומגעוויינטלעכע איבערלעבונגען. דזשיט אַליין, אויך פֿון דעם שבֿט קאַרען, האָט געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אויף אונדז. זי רעדט טײַלענדיש, קאַרען און ענגליש. זי אַרבעט מיט אַ פֿונדאַציע דאָרטן, די „מיראָר (שפּיגל)־פֿונדאַציע‟, װאָס װערט אָנגעפֿירט פֿון טײַלענדער און מענטשן פֿון די בערג־שבֿטים, און אַרבעט דירעקט מיט די שבֿטים לטובֿת דער אַנטװיקלונג פֿון דעם ייִשובֿ אין אַלגעמײן און לטובֿת די עטנישע מינאָריטעטן בפֿרט. זיי פֿירן דורך כּלערליי פּראָיעקטן, פֿון אַנטוויקלען די לאָקאַלע טראַדיציאָנעלע קונסטן ביז באַקעמפֿן פֿרויען־האַנדל. אַ סך פֿון די מענטשן אין די שבֿטים זײַנען נישט קיין טײַלענדישע בירגער, קענען אַפֿילו נישט די מלוכה־שפּראַך און לײַדן פֿון באַגרענעצונגען וואָס שייך דערציִונג, געזונט־אָפּהיט און עקאָנאָמישע מעגלעכקייטן. די פֿונדאַציע העלפֿט אויך אָנגעבן אויף בירגערשאַפֿט. דער „האָמסטיי‟ איז אונטערן דאַך פֿון דער פֿונדאַציע און ווי איך פֿאַרשטיי איצט, איז דער ציל געווען מיר זאָלן זיך אַ ביסל באַקענען מיט דעם לעבן פֿון די לאָקאַלע שבֿטים.

מיר האָבן געגעסן מיטאָג צוגעגרייט און סערװירט אין אַ באַמבו־קאָרע געקאָכט איבער אַ פֿײַער לעבן אַ וואַסערפֿאַל. די קאָרע איז אין גאַנצן הויל אינעווייניק; נאָר דאָרטן וווּ מע זעט פֿון דרויסן רינגען איז דאָ אַ מין ווענטל אָדער דעכל וואָס שאַפֿט אַן אָפּטייל און אין דער הוילקייט אין איין אָפּטייל האָט אונדזער „טרעקינגגײַדס‟ פֿרוי אַרײַנגעטאָן אַ טוץ אייער מיט אַ ביסל זאַלץ און אין דעם צווייטן אָפּטייל — גרינסן. און וווּאַלאַ — אַ וווּנדערלעכע פּרעזשעניצע, טעם־גן־עדן, סערווירט אויף אַ טישטעכל פֿון אַ באַמבובלאַט.

Eating out of bamboo

מע עסט פֿון באַמבו־קאָרע Image by Sheva Zucker

מיר האָבן געזען אַ דעמאָנסטראַציע פֿון װעבן, נישט װי אַן אָרקעסטרירטער טײל פֿון אַן עקסקורסיע װוּ מע פֿירט אײַך אױף 5־10 מינוט מיטן ציל אַז מע זאָל אײַך עפּעס פֿאַרקױפֿן צום סוף, נאָר טאַקע אין דער הײם פֿון אונדזער גאַסטגעבער. ד״ר טשי האָט געבראַכט צו פֿירן פֿון דאָרף די מאַמע זײַנע, אַ וועבערין. טראַדיציאָנעל זײַנען אַלע קאַרענער פֿרויען געווען וועבערינס אָבער דזשיט האָט אונדז געזאָגט אַז נישט אַלע ייִנגערע פֿרויען קענען הײַנט די מלאָכה. מיר האָבן זיך צוגעקוקט און זיך אויך באַטײליקט אין דעם פּראָצעס פֿון אױסװעבן אַ שטיקל סחורה, געקוקט װי ד״ר טשי האַקט אָפּ די קאָרע פֿונעם בױם, דאָס דערנאָך געזאָטן אין װאַסער צו קריגן דעם ריכטיקן קאָליר צו ניצן װי פֿאַרב, געמאַכט אַ קנױל פֿון דעם ציצענעם פֿאָדעם, אַן אַרבעט וואָס האָט געדויערט לאַנג ווי דער ייִדישער גלות, און זיך געלערנט װי צו שטעלן די פֿעדעמער אױף דער װעבשטול. נאָך אַ שעה האָרעוואַניע האָבן מיר נישט באַוויזן צו מאַכן אַפֿילו דאָס קלענסטע שטיקל שטאָף אָבער מיר זײַנען אַרויס מיט אַ געפֿיל פֿון באַוווּנדערונג פֿאַר דעם פּראָצעס און די פֿרויען וואָס פֿאַרנעמען זיך דערמיט.

Mira Weaving

מירע און די מאַמע פֿון ד׳׳ר טשי בײַם וועבן Image by Sheva Zucker

דער פּײסאַזש איז געװען אַ פּרעכטיקער און די שטילקײט איז געװען שיִער נישט אָנצוטאַפּן חוץ אין דער פֿרי װען די הענער האָבן אונדז אױפֿגעװעקט. איך, נאַיִװע שטאָט־אײַנװױנערין, האָב געמײנט אַז דער האָן גיט אַ קרײ װען ער װעקט זיך אױף באַגינען און פֿאַרטיק, ווי סע זינגט זיך אין ליד, „דער האָן אַ קריי, די הון אַן איי‟. װײַזט זיך אַרױס אַז ער װעקט זיך אױף אַ סך פֿאַר באַגינען און ער הערט ניט אױף צו קרײען אַ גאַנצן פֿרימאָרגן. בײַ נאַכט זײַנען מיר געלעגן אויף אַ ווייכער פּלאַטפֿאָרמע (ענלעך אין אויסזען צו אַ טראַמפּאָלין אָבער שפּרינגען אויף דעם האָבן מיר אָסור זיך נישט דערוועגט) וואָס איז צוגעפֿעסטיקט צו דער שטוב און הענגט איבער אַ טיפֿן טאָל, און געקוקט אויף די שטערן אין אַן אַבסאָלוט קלאָרן הימל. מיר האָבן זיך פֿרי געלייגט שלאָפֿן ווײַל ס’איז נישט געווען וואָס צו טאָן בײַ דער שײַן פֿון דעם קליינעם לעמפּל וואָס מיר האָבן געהאַט.

אָבער אינטערעסאַנטער פֿון אַלץ איז מיר געװען דאָס לערנען זיך, צום באַדויערן נאָר אױפֿן שפּיץ מעסער, װעגן דעם לשון פֿון די קאַרענער און דעם מצבֿ אין װעלכן עס געפֿינט זיך הײַנט. די שפּראַך איז אין גאַנצן אַן אַנדער שפּראַך פֿון טײַלענדיש, ס’איז פֿאַרבונדן מיט מיאַנמאַר (בורמיס) ווײַל, ווי געזאָגט, שטאַמט דער שבֿט פֿון מיאַנמאַר. װיכטיק צו פֿאַרשטײן אַז די קאַרענער און אַ סך פֿון די שבֿטים דאָרטן זײַנען קריסטן (פּראָטעסטאַנטן) אַקעגן דער גרעסערער באַפֿעלקערונג אין טײַלאַנד װאָס איז בודיסטיש.

Village View

דער פּרעכטיקער פּייסאַזש Image by Sheva Zucker

אין צענטער דאָרף איז געשטאַנען אַ גרױסער באַלױכטענער ניטלבױם. די מיסיאָנערן האָבן אין אָנהייב 19טן יאָרהונדערט באַקערט די אָרטיקע מענטשן צו קריסטעכקײט. ד״ר טשיִען האָט מען געשיקט צו 4־5 יאָר אין שול אין טשיאַנג־רײַ בײַ די מיסיאָנערן װײַל אין יענע צײַטן (ער איז איצט 44 יאָר אַלט) איז נישט געװען קײן שול אין דאָרף. ער האָט זיך געלערנט אױף טײַלענדיש, נישט אױף זײַן לשון. צוריק אין דאָרף איז ער ערשט מיט 40 יאָר שפּעטער. ער װױנט מיט זײַן עלטערער שװעסטער װאָס האָט געקאָכט פֿאַר אונדז (און אפֿשר פֿאַר אים אויך). מיט איר האָבן מיר נישט געקענט אױסרעדן קײן װאָרט, זי האָט בלױז געשמײכלט און פֿאַרנײגט דעם קאָפּ. איך מײן אַז זי קען װײניק טײַלענדיש (כאָטש דאָס וואָלט אונדז נישט געהאָלפֿן קאָמוניקירן ווײַל מיר קענען גאָרנישט) און רעדט נאָר איר לשון. אַ מיידל, האָט מען זי נישט געשיקט אין שול און זי אַלײן איז געבליבן אַן אַנאַלפֿאַבעט. סע האָט מיך געשטױנט צו זען אַ משפּחה װוּ אײנער האָט אַ דאָקטאָראַט און אײנע קען אַפֿילו נישט לײענען. אין טײַלאַנד איז דאָס גײן אין שול הײַנט אויך נישט קיין מוז, כאָטש ס’איז אַ סך מער פֿאַרשפּרײט װי פֿריִער.

אינעם קלויסטער אין דאָרף, האָט ד״ר טשי דערציילט, פֿלעגט אַלץ פֿאָרקומען אױף קאַרען: דאָס לײענען די ביבל, דאָס תּפֿילה טאָן און די דרשה פֿון דעם גײַסטלעכן. צײַטן בײַטן זיך אָבער. הײַנט, אַזױ װי אַנדערע שבֿטים האָבן זיך דאָרטן באַזעצט, איז דער דאָרף מער ניט האָמאָגעניש און די אַנדערע שבֿטים קענען נישט קיין קאַרען. אינעם קלויסטער איז דאָס תּפֿילה טאָן און לײענען פֿון ביבל אַריבער אױף טײַלענדיש, כאָטש די דרשה װערט נאָך אַלץ געהאַלטן אױף קאַרען. אין שול אויך לערנט מען איצט נאָר אױף טײַלענדיש כּדי מע זאָל האָבן אַ בשותּפֿותדיקע שפּראַך און ס’איז אין גאַנצן ניטאָ קיין אינסטרוקציע אױף די לאָקאַלע לשונות. אונדזער װעגװײַזערין דזשיט האָט געזאָגט אַז זי האָט מורא אַז די שפּראַך, אַזוי ווי די האַנטקונסטן, װערט טאַקע אָפּגעשװאַכט בײַ דעם ייִנגערן דור און עס װערט אַ שפּראַך נאָר פֿון דער הײם.

„טו נאָר אַ קוק,‟ האָב איך געטראַכט בײַ זיך, „איך געפֿין זיך טאַקע אין עקוועלט, נאָר די צרות זײַנען מיר עפּעס נישט אומבאַקאַנט.‟

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.