Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי טרוים קאַץ הענדלער איז געוואָרן אַ מחבר פֿון עראָטישע לידערHow Troim Katz Handler came to write erotic Yiddish poetry

אויף אַן אָוונט לכּבֿוד איר נײַעם באַנד לידער האָט דער עולם געהערט און אַרומגערעדט געוויסע „פּיקאַנטע‟ ייִדישע ווערטער וואָס זי ניצט אין די לידער.

עראָטישע פּאָעזיע אויף ייִדיש? ס׳איז דען דאָ אַזאַ זאַך?

נו, אויב איר זענט בײַגעווען דעם אַנומלטיקן ליטעראַרישן יום־טובֿ לכּבֿוד טרוים קאַץ הענדלערס נײַעם צוויי־שפּראַכיקן בוך „שׁימחה‟, ווייסט איר שוין דעם ענטפֿער. דאָרט האָט דער עולם זיך צוגעהערט צו אירע לידער אויף ייִדיש מיט אַן ענגלישער איבערזעצונג און דערבײַ געהאַט אַ געלעגנהייט זיך אויסצולערנען עטלעכע פּיקאַנטע ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן ווי, למשל „קיצל־צינגל‟ וואָס איז טײַטש אַ קליטאָר, און „קניש‟ וואָס באַקומט גאָר אַנדערע אַסאָציאַציעס נאָך דעם ווי מע לייענט איבער איר ליד „ס׳ברענט‟, וווּ ס׳שטייט:

אין אונדזער לופֿט־צימער איצט בײַ נאַכט,
ליג איך װאַך, טיף פֿאַרטראַכט.
כאָטש דער קניש איז נאַס
און עס שטעכט אין טראַכט,
האָסטו פֿרישע פֿרײד געבראַכט.

דער לייענער קען זיך שוין פֿאָרשטעלן וואָס געפֿינט זיך אין די אַנדערע לידער, בפֿרט אויב ער קויפֿט דאָס בוך, וואָס האָט געדויערט ממש 30 יאָר אַז די מחברטע זאָל עס ענדיקן. די פּאָעטעסע איז לעצטנס געוואָרן 93 יאָר אַלט און וווינט מיט איר מאַן, פֿרענק, אין וועסט פּאַם ביטש, פֿלאָרידע.

די לידער אינעם בוך נעמען אַרײַן סײַ דעם ייִדישן אָריגינאַל, סײַ די טראַנסקריפּציע מיט לאַטײַנישע אותיות, סײַ די ענגלישע איבערזעצונג.

נישט געקוקט אויפֿן „געזאַלצענעם‟ אינהאַלט פֿון די לידער איז דער ליטעראַרישער יום־טובֿ געווען אַ באַשיידענער. ס׳איז פֿאָרגעקומען בײַ דער צענטראַלער ייִדישער קולטור־אָרגאַניזאַציע (ציק״אָ) אין קווינס, נ״י — אַן אינסטיטוציע וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 1938. דאָרט הענגט טאַקע אַ רויטער סאַמעטענער טראַנספּאַראַנט פֿונעם ייִדישן אַרבעטער בונד איבער דער טיר, ממש ווי אַ קמיע.

בערך 30 מענטשן זענען געקומען אויף דער אונטערנעמונג, אַרײַנגערעכנט מיטגלידער פֿון טרוימס אייגענער משפּחה. נאַשנדיק היימישע געבעקסן ווי ראָגעלעך, באַבקע און מאַנדלברויט האָט דער עולם זיך נאָענט באַקענט מיט טרוימס פּאָעזיע, מיט איר ייִדיש און אירע עראָטישע געפֿילן פֿון בענקעניש.

טרוימס געשיכטע הייבט זיך אָן מיט איר טאַטן, דעם פּראָמינענטן פּאָעט מעינקע קאַץ, וואָס האָט אימיגרירט פֿון סווינציאַנקע, ליטע קיין אַמעריקע אין 1920 און געשריבן ווערק סײַ אויף ייִדיש סײַ אויף ענגליש, אַרײַנגערעכנט לידער וואָס מע האָט אָפּגעדרוקט אינעם אַמעריקאַנער זשורנאַל „די אַטלאַנטיק‟ און אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟.

איינע פֿון זײַנע שאַפֿונגען — די „זאַפֿטיקע‟ מעשׂה, „דרײַ שוועסטער‟ וואָס שילדערט אַ ליבע זאַלבע פֿערט (ער, צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי און אירע צוויי שוועסטער) האָט דערפֿירט צו דעם אַז מע זאָל אים אַרויסוואַרפֿן פֿונעם ייִדישן פּען־קלוב אין די אָנהייב 1930ער. אַ צווייט ווערק, דער ענגלישער נוסח פֿון זײַן ייִדישער פּאָעמע אין צוויי בענד, Burning Village (דער ברענענדיקער דאָרף) איז נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַ פּוליצער־פּריז.

חיים וואָלף, דער דירעקטאָר פֿון ציק״אָ, האָט דערציילט דעם עולם אַז מעינקע קאַץ איז געווען אַ לערער אין דער ברוקלינער „ישיבֿה פֿון פֿלאַטבוש‟, וווּ ער, וואָלף איז געווען אַ תּלמיד. ער פֿלעג אַרײַנקומען אין קלאַס מיט זײַנע באָהעמיש לאַנגע האָר, באַוועגן זײַנע פֿינגער אויף אַלעמען ווי זיי וואָלטן געווען כּישוף־שטעקעלעך און רויִק זאָגן: „איר וועט אַלע שטיל ווערן, יאָ, איר וועט אַלע שטיל ווערן.‟

קלאָדיע הענדלער, קאַץ הענדלערס טאָכטער, האָט דערציילט די צוהערער אַז זי געדענקט ווי זי האָט איין מאָל געהאַלטן אין מיטן עסן פֿרישטיק בײַם טיש, און די מאַמע האָט איר אַרונטערגערוקט די „טײַמס‟ גלײַך אונטער דער נאָז, ווײַזנדיק אויף אַ ליד אָנגעשריבן פֿון איר זיידן.

שאָשקע־רייזל יוני און קלאָדיע הענדלער Image by Chana Pollack

מיט צענדליקער יאָרן שפּעטער, גלײַך נאָך מעינקעס לוויה אין 1991, האָט טרוים, שוין אַ פֿרוי אין די זעכציקער, זיך גלײַך אַוועקגעזעצט בײַ דער ייִדישער שרײַבמאַשין אויפֿן קיכטישל און מיט אַ ברען גענומען אויסקלאַפּן איין ליד נאָך אַ צווייטן; ס׳רובֿ פֿון זיי — עראָטיש געשטימט. במשך פֿון די קומעדיקע עטלעכע יאָר האָט זי אָנגעשריבן בערך 600 לידער אויף מאַמע־לשון.

„איר גאַנצער זכות־הקיום, איר גרעסטע הנאה איז צו שרײַבן אויף ייִדיש,‟ האָט קלאָדיע געזאָגט וועגן דער מאַמען, אַ לאַנגיאָריקע ענגליש־לערערין וואָס וווינט שוין מער ווי 70 יאָר מיט איר מאַן. ווי איר מאַמע, איז קלאָדיע אַ פּאָעטעסע. טרוים האָט אַ צווייטע טאָכטער, שעלי (אַ נאָמען נאָכן ענגלישן פּאָעט פּערסי ביש שעלי) וואָס איז אַ מוזיקערין; פֿיר אייניקלעך אַרײַנגערעכנט איינעם, קלעאָ, וואָס איז אַ דראַמאַטורג, און אַפֿילו אַן אור־אייניקל.

טרוים קאַץ־הענדלער Image by Yiddish Book Center

קען מען זען אַז אין אָט דער משפּחה פֿליסן טאַקע די שעפֿערישע כּוחות און אַ ליבשאַפֿט פֿאַר ווערטער. אין 2001 איז אַ בוך ליבעלידער פֿון טרוים קאַץ הענדלער אַרויסגעגעבן געוואָרן דורכן „אינטערנאַציאָנאַלן פֿאַרבאַנד פֿון ייִדיש־קלובן‟.

ליבעלידער זענען אָבער גאָר אַנדערש פֿון עראָטישער פּאָעזיע. שטעלט זיך די פֿראַגע: ווי אַזוי זענען די אַלע פּיקאַנטע אימאַזשן וואָס טרוים האָט אָנגעהויבן שאַפֿן אין יענער נאַכט אין 1991 סוף־כּל־סוף אָפּגעדרוקט געוואָרן סײַ אין בוך־פֿאָרעם סײַ אין דיגיטאַלישן פֿאָרמאַט?

איז ערשטנס איז עס אַ דאַנק דער ייִדישער איבערזעצערין פּערל קרופּיט וועלכע האָט געטאָן אַ ריזיקע אַרבעט: אַליין אויסטיפּירט אַלע טרוימס לידער — סײַ די עראָטישע סײַ די אַנדערע — אויפֿן קאָמפּיוטער. אַ צווייטער וויכטיקער מיטגליד פֿון דער מאַנשאַפֿט איז די ייִדישיסטקע און רעדאַקטאָרין שאָשקע־רייזל יוני. אין די שפּעט־1990ער איז זי געפֿאָרן אויף אַ קאָנפֿערענץ פֿונעם פֿאַרבאַנד פֿון ייִדיש־קלובן און האָט זיך דאָרט באַטייליקט אין אַ וואַרשטאַט וועגן עראָטישער פּאָעזיע געלערנט פֿון טרוים קאַץ הענדלער. די צוויי פֿרויען זענען זיך געפֿעלן אויפֿן אָרט און שאָשקע־רייזל האָט זיך אונטערגענומען אַרויסצוגעבן טרוימס בוך פֿון 75 ליבעלידער, און דערנאָך, מיט יאָרן שפּעטער, האָט זי רעדאַקטירט די 63 עראָטישע לידער אין דעם איצטיקן באַנד.

קלאָדיע, וואָס האָט נישט מיטגעאַרבעט אויפֿן ערשטן בוך, האָט דאָס מאָל יאָ געשפּילט אַ ראָלע, כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז דאָס בוך זאָל זען די ליכטיקע שײַן. זיי זענען געווען אַ גוטע מאַנשאַפֿט: שאָשקע־רייזל און פּערל קרופּיט — צוליב זייערע דיגיטאַלישע פֿעיִקייטן מיט אַ ייִדישער קלאַוויאַטור, און קלאָדיע — ווי די פֿאַרמיטלערין צווישן שאָשקע־רייזל און איר האַלב־סקעפּטישער מאַמען. (ס׳איז נישט קיין חידוש, אַז טרוים זאָל זײַן סקעפּטיש אַז אַ זאַמלונג עראָטישע לידער אויף ייִדיש וואָס זי האָט געשריבן מיט יאָרן פֿריִער וועט טאַקע פּובליקירט ווערן…)

אויפֿן אָוונט לכּבֿוד דעם בוך האָבן שאָשקע־רייזל און קלאָדיע פֿאָרגעלייענט אַ ריי לידער אויף ענגליש און ייִדיש. דער עולם האָט זיך שטיל צוגעהערט אָבער פֿון צײַט צו צײַט האָט מען באַגײַסטערט אַפּלאָדירט אירס אַ ליד. טרוימס באַנוץ פֿונעם וואָרט „מופֿקרדיק‟ אינעם ליד „לילית, לילים‟ האָט אָבער אַרויסגערופֿן אַ שטיקל פּראָטעסט בײַ די ייִדיש־קענער אין עולם. „וואָס איז שלעכט מיטן וואָרט „אויסגעלאַסן‟? האָט מען געטענהט.

דערווײַל האָט דער עולם אין זאַל ווײַטער זיך צוגעהערט צו די לײַדנשאַפֿטלעכע לידער, זיצנדיק אַרומגערינגלט מיט פּאָליצעס קלאַסישע ייִדישע ביכער ווי פֿראַנז קאַפֿקאַס „דער פּראָצעס‟ אויף מאַמע־לשון און אַ באַנד ייִדישע פּאָעזיע פֿונעם דריטן ישׂראלדיקן פּרעזידענט, זלמן שזר (אַ מציאה: בלויז $10!) — אַן אָרט וווּ, כאָטש אויף איין נאַכט, האָט ייִדישלאַנד געקלונגען מיט טרוים קאַץ הענדלערס פּראָוואָצירנדיקן לשון ווי, למשל, דער אויסדרוק זרע־זוזע און אַנדערע אימאַזשן וואָס זענען אפֿשר אַ ביסל צו „געזאַלצן‟ אָפּצודרוקן אינעם פֿאָרווערטס.

אַגבֿ, אַ טשיקאַווע הערה צו דער גאַנצער מעשׂה: דער איבערזעצער פֿון די לידער אויף ענגליש האָט דורכגעפֿירט דווקא אַ פֿרומער ייִד, וואָס איז שוין אויף יענער וועלט. אינעם בוך ווערט ער באַצייכנט ווי שמעון ביילעס. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ פּסעוודאָנים. קלאָדיע האָט געזאָגט אַז איר מאַמע האָט אים פּשוט גערופֿן „דער געהיימער איבערזעצער‟.

איצט אַז מיר קומען צום סוף פֿון דער מעשׂה איז אפֿשר פּאַסיק צו פֿאַרענדיקן מיט טרוים קאַץ הענדלערס אייגענע ווערטער:

„ס‘קאַפּעט און רינט‟

מענערזאַפֿט און פֿרויענזאַפֿט
דורך טויזנטער מײַלן
צעמישן זיך אין מיטן נאַכט
אין נאָענטקייט אויסגעטראַכט.

איך סמאָטשקע הייסן לעקעך דאָ
דו זייגסט צוקערקעס דאָרט
מיר מישן צינגער זיסערהייט
כאָטש בלויז מיט קול און וואָרט.

מיר טוליען זיך מיט רייד,
פּרוּוון טועם זײַן דעם טעם
פֿון גלעטן, לעקן, האַלדזן
איבער יאָמערדיקן ים.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version