Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿאַר וואָס אתגר קרת האָט אויסגעקליבן ייִדיש (מיט אוידיאָ)Why Etgar Keret chose Yiddish (includes audio)

דער שרײַבער האָט געבעטן איבערזעצן זײַן פּרעמירט בוך אויף ייִדיש ווײַל „דאָס גלותדיקע ׳פּינטעלע ייִד׳ איז אַ זאַך וואָס מיר ישׂראלים האָבן פֿאַרלוירן‟

מע קען זיך צוהערן צו אַנדערע אַרטיקלען פֿונעם פֿאָרווערטס פֿאָרגעלייענט דורך שׂרה־רחל שעכטער, ווי אויך אַנדערע פֿאָרווערטס־רעקאָרדירונגען, דורכן קוועטשן דאָ.

ווען אתגר קרת האָט פֿאַראַיאָרן געוווּנען דעם ישׂראלדיקן „ספּיר־פּריז פֿאַר ליטעראַטור‟ האָט מען אים געזאָגט, אַזוי ווי מע זאָגט אַלע געווינער, אַז מע וועט זײַן בוך איבערזעצן אויף אַראַביש און נאָך איין שפּראַך, וואָס ער קען אַליין אויסקלײַבן. קרתס אומגעריכטער ענטפֿער: ייִדיש.

אַז מע הייבט אָבער אָן לייענען קרתס פּרעמירטע זאַמלונג דערציילונגען, „תקלה בקצה הגלקסיה‟ (אויף ייִדיש: „שטערונג אויפֿן ראַנד פֿון דער גאַלאַקסיע‟, און אויף ענגליש — Fly Already), קען מען באַלד פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס ער האָט אויסגעקליבן מאַמע־לשון. אין דער הויפּט־דערציילונג, וואָס טראָגט דעם זעלבן טיטל ווי דאָס בוך, ווערט אַ טאַטע מיט זײַן יונגן זון אַן עדות פֿון אַן אָט־אָטיקן זעלבסטמאָרד אָבער זייערע רעאַקציעס אויף דעם זענען גאָר אַנדערש: בײַם טאַטן איז עס אַן אומגליק; בײַם קינד — אַ מין פֿאַרווײַלונג. אָט דער צונויפֿוועב פֿון שוידער און קאָמעדיע איז אַן עלעמענט וואָס מע קען אויך געפֿינען בײַ די דערציילונגען פֿון שלום עליכם, י. ל. פּרץ און יצחק באַשעוויס זינגער.

„מע האָט מײַנע ביכער שוין אָפּגעדרוקט אין 47 שפּראַכן און אויב איך וואָלט אויסגעקליבן שוועדיש אָדער ענגליש, וואָלט זיך מיר געדאַכט אַז איך זוך דעם גרינגסטן דרך,‟ האָט קרת געזאָגט בעת אַן אינטערוויו.

דער „ספּיר־פּריז פֿאַר ליטעראַטור‟, געגרינדעט אין 2000, איז אַ נאָמען נאָך אַ געוועזענעם פֿינאַנץ־מיניסטער און ווערט אָנגעפֿירט פֿון דער ישׂראלדיקער מלוכישער לאָטעריע. דער געווינער באַקומט 150,000 שקל — בערך $40,000, די העכסטע סומע פֿון אַלע ליטעראַרישע פּרעמיעס אין ישׂראל. אין דער אמתן האָט מען נאָך אין 2003 שוין געהאַט אויסגעקליבן קרת פֿאַר אַ פֿריִערדיקן ביכל דערציילונגען זײַנעם, „אַניהו‟, אָבער מע האָט עס דיסקוואַליפֿיצירט ווײַל דאָס ביכל איז געווען ווייניקער פֿון 60,000 ווערטער — אַ תּקנה וואָס מע האָט זינט דעמאָלט שוין אַנולירט.

קרת, וואָס איז 52 יאָר אַלט, רעדט און שרײַבט בכלל נישט קיין ייִדיש. ער איז געבוירן געוואָרן אין ישׂראל, בײַ פּויליש־ייִדישע לעבן געבליבענע פֿון חורבן. ווען ער איז געווען אַ קינד האָבן זײַנע טאַטע־מאַמע אָפֿט געשפּילט די פּלאַטעס פֿון דזשיגאַן און שומאַכערס סקיצעס און זיך געקאַטשעט פֿון געלעכטער. אָבער ווען זיי האָבן געפּרוּווט איבערזעצן טיילן דערפֿון האָבן זיי תּמיד צוגעגעבן: „ס׳איז אַ סך קאָמישער אויף ייִדיש.‟

קרת האָט געזאָגט אַז זײַן פֿאַרבינדונג צו דער ייִדישער ליטעראַטור איז טאַקע, צום טייל, אַן אופֿן אָפּצוגעבן כּבֿוד זײַנע טאַטע־מאַמע, בפֿרט איצט אַז זיי זענען שוין אויף יענער וועלט.

ווי אַ סך מיזרח־אייראָפּעיִשע אימיגראַנטן האָבן זײַנע עלטערן גערעדט ייִדיש ווי אַ סודותדיקע שפּראַך אינעם נײַעם לאַנד. „דער פּאַראַדאָקס איז אָבער וואָס אָט די סודותדיקייט וועגן דעם לשון האָט געשאַפֿן אַזאַ אינטימקייט אין דער משפּחה אַז עד־היום פֿילט מײַן נישט קענען די שפּראַך זייער היימיש,‟ האָט קרת געזאָגט.

אין געוויסע קרײַזן איז דאָס רעדן ייִדיש אָבער יאָרן לאַנג באַטראַכט געוואָרן ווי אַ מרידה קעגן דער יונגער מדינה. קרת געדענקט נאָך ווי בײַ יענע טעאַטער־הײַזער וווּ מע האָט אויפֿגעפֿירט ווערק אויף ייִדיש האָבן דעמאָנסטראַנטן געהאַלטן שילדן באַפֿעלנדיק די אַקטיאָרן: „דברו עברית (רעדט עבֿרית)!‟

אינעם אינטערוויו האָט קרת אויסגעדריקט לויב פֿאַר דער „אויסערגעוויינטלעכער העברעיִשער ליטעראַטור‟ אין ישׂראל, ווי אויך אַ נאָענטקייט צו ייִדיש ווי אַ שפּראַך אָן דער „אויפֿגעבלאָזנקייט‟ פֿון העברעיִש. „די גרויסע פֿיגורן פֿון דער העברעיִשער ליטעראַטור — עמוס עז, דוד גראָסמאַן, א. ב. יהושע — האָבן אַלע געשריבן אויף דער אינספּיראַציע פֿון אַ נאַציאָנאַלן געוויסן,‟ האָט קרת געזאָגט. „זיי האָבן זיך געזען ווי אונדזערע פֿירער און וועגווײַזערס.‟

דערנאָך האָט קרת אָבער צוגעגעבן: „ווען יענע שרײַבער וואָלטן געווען מײַנע איינציקע השפּעות וואָלט זיך מיר קיין מאָל נישט געגלוסט צו שרײַבן בעלעטריסטיק. איך בין גלײַך ווי יענער מענטש אויף דער באַן פֿאַר וועמען אַ צווייטער מענטש, וואָס איז אין נאָך אַן ערגערן מצבֿ ווי ער, רעדט זיך גרינג אַראָפּ פֿון האַרצן. מײַן אומפֿעיִקייט בײַם געפֿינען אַ לייזונג פֿאַר די צרות פֿון דער מענטשהייט — אָט דאָס ציט מיך צו שרײַבן.‟

קרת האָט אויסגעדריקט אַ קאָנטראָווערסאַלע מיינונג וועגן דער ליטעראַטור וואָס וואַקסט אַרויס פֿון אַ מעכטיקער, שטאַרק באַוואָפֿנטער ייִדישער מדינה, און האָט דערבײַ צום טייל באַשולדיקט נישט ווייניקער ווי דער טאַטע פֿון מאָדערנעם פּאָליטישן ציוניזם, טעאָדאָר הערצל.

„הערצל האָט געגלייבט אַז די ייִדן דאַרפֿן ווערן כּכל הגוים,‟ האָט קרת געזאָגט. „מיט אַנדערע ווערטער, אָפּוואַרפֿן דאָס געפֿיל פֿון אָפּגעפֿרעמדטקייט, די ספֿקות אין זיך, דאָס מאַכן זיך צו קליינגעלט — די אַלע זאַכן וואָס באַטרעפֿן אַ בולטן טייל פֿונעם ייִדישן כאַראַקטער, אַרײַנגערעכנט זײַן געניאַלן הומאָר.

„מיר ישׂראלים האָבן אויסגעביטן דאָס פּינטעלע ייִד פֿון קאַפֿקאַ און באַבעל מיט די מיליטערישע גענעראַלן וואָס מיר פֿאַרגעטערן,‟ האָט ער צוגעגעבן. „נאָך מער, מיר האָבן אַפֿילו אפֿשר פֿאַרגעסן אַז אונדזערע גרעסטע העלדן אין דער תּורה האָבן זיך אויסגעטענהט מיט גאָט.‟

קרת האָט געזאָגט אַז ער פֿאַרשטייט די היסטאָרישע נייטיקייט צו שאַפֿן אַ פֿונקציאָנירנדיקע מדינה וווּ די דערנידעריקונגען פֿון ייִדן אין גלות ווערט בלויז אַ קאַפּיטל אין די געשיכטע־ביכער.

„און דאָך, ווען מיר האָבן באַקומען אַ מיליטעריש מעכטיק לאַנד האָבן מיר דערבײַ פֿאַרלוירן אונדזער אייגנאַרטיקן ייִדישן וועלטבאַנעם,‟ האָט ער געזאָגט מיט באַדויער. „בײַ מיר איז אַ סך פֿון אָט דער אייגנאַרטיקייט געלעגן אין איר הומאָר.‟

„דער ייִדישער הומאָר איז בעצם דער הומאָר פֿון די אָפּגעשוואַכטע,‟ האָט קרת צוגעגעבן. „יענע שוואַכקייט האָט געשטאַמט דווקא פֿון אונדזער נישט האָבן אַן אייגן לאַנד, פֿון נישט האָבן אַן אַרמיי. הומאָר איז געווען די כּלי דורך וועלכער די ייִדן האָבן אויפֿגעהאַלטן זייער דרך־ארץ פֿאַר זיך אַליין, בעת זיי האָבן געלעבט אַרומגערינגלט פֿון מענטשן וואָס האָבן פֿאַר זיי קיין דרך־ארץ נישט געהאַט.

דאָס מיינט אַוודאי נישט אַז קרת וואָלט פֿאַרלאָזט ישׂראל ווען ער וואָלט געקענט זיך אומקערן אינעם אַמאָליקן שטעטל פֿון מיזרח־אייראָפּע. דערצו באַדויערט ער בכלל נישט זײַן מײַסטערדיקן באַניץ פֿון העברעיִש וואָס נעמט אַרײַן — אַזוי ווי ייִדיש — ווערטער, פֿראַזעס און פֿילאָסאָפֿיעס פֿון כּלערליי קולטורן און שפּראַכן.

צווישן די דערציילונגען וואָס געפֿינען זיך אין „שטערונג אויפֿן ראַנד פֿון דער גאַלאַקסיע‟ איז איינע וועגן אַ טאַטן וואָס ווערט פֿאַרוואַנדלט אין אַ קראָליקל און איינע פֿון די העלדינס, עלאַ, זאָגט: „איך בעט אַז קיינער זאָל נישט עסן אבא מיט דער קאַרטאָפֿל־קאַשע.‟ אין אַ צווייטער מעשׂה, לייענט מען ווי אַ שלימזל דערפֿרייט זיך נאָך דעם ווי מע שיסט אים אַרויס פֿון אַ האַרמאַט און זאָגט תּיכּף: „איך בעט אײַך, שיסט מיך אַרויס נאָך אַ מאָל.‟

קרתס ווערק האָט מען שוין איבערגעזעצט אויף אַראַביש, בולגאַריש, ווײַסרוסיש, כינעזיש, קראָאַטיש, טשעכיש, דעניש, האָלענדיש, ענגליש, פֿראַנצייזיש, גאַליציש, גרוזיש, דײַטש, גריכיש, אונגעריש, איטאַליעניש, קאָרעאַניש, ליטוויש, מאַלײַיִש, נאָרוועגיש, פּויליש, פּאָרטוגעזיש, רוסיש, שפּאַניש, שוועדיש און טערקיש. ער באַדויערט וואָס צוליב פּאָליטישע סיבות וועט ער נישט קענען פֿאָרן קיין איראַק דעם קומעדיקן חודש ווען מע וועט אַרויסגעבן דאָס בוך אויף קורדיש.

Image by Leyvik House Publishing

פֿון דעסטוועגן האָט עס בײַ אים אַ ספּעציעלן באַטײַט וואָס מע האָט איצט צוגעגעבן ייִדיש צו דער רשימה.

„דאָס גלותדיקע ׳פּינטעלע ייִד׳ וואָס מיר ישׂראלים האָבן פֿאַרלוירן — דער אַלטער ייִדישער שטייגער פֿון צונויפֿבינדן אונדזער רעליגיעזע טראַדיציע, אונדזער פֿאָלקס־אידענטיטעט און אונדזער אַבסורדישן מצבֿ אין דער וועלט — אָט דאָס האָף איך אויפֿצולעבן אין מײַן שרײַבן,‟ האָט קרת געזאָגט. „נו, איז דען דאָ אַ בעסערער מיטל דערפֿאַר איידער דורך ייִדיש, דאָס לשון פֿון רעליגיע, ספֿקות, פֿאַרוואָגלטקייט און קאָמעדיע?‟


די איבערזעצונג, וואָס איז לעצטנס אַרויסגעלאָזט געוואָרן, קען מען קויפֿן דאָ.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version