Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

געשיכטע פֿון „פּאַפּירענע בריגאַדע‟ געשילדערט אין רירנדיקן דאָקומענטאַרStory of the Paper Brigade told in a moving documentary

דיאַנע פּערלשטיינס פֿילם וועגן די וואָס האָבן געראַטעוועט די ווילנער קולטור־ירושה נעמט אַרײַן אינטערוויוען מיט אַבֿרהם סוצקעווער און שמואל באַק.

במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר האָט מען אַ סך אַרומגערעדט און (מיט רעכט) געלויבט צוויי אַמביציעזע דאָקומענטאַר־פֿילמען וועגן ייִדן, וואָס האָבן בשעתן חורבן ריזיקירט מיט לײַב און לעבן צו באַשרײַבן די דײַטשישע פֿאַרברעכנס קעגן דעם ייִדישן פֿאָלק און צו ראַטעווען קולטורעלע אוצרות פֿון די נאַציס.

דער ערשטער פֿילם, „ווער וועט פֿאַרשרײַבן אונדזער געשיכטע‟, רעזשיסירט דורך ראָבערטאַ גראָסמאַן און געמאַכט אויפֿן סמך פֿון ד׳׳ר שמואל קאַסאָווס בוך פֿונעם זעלביקן נאָמען, שילדערט די איבערלעבונגען פֿון דער גרופּע וואַרשעווער ייִדישע אינטעליגענטן, מיט עמנואל רינגלבלום בראָש, וואָס האָט בסוד געזאַמלט צענדליקער טויזנטער זײַטן גבֿית־עדותן און אַנדערע דאָקומענטן פֿאַרן „עונג־שבת‟־אַרכיוו, כּדי צו פֿאַראייביקן די פּרטים פֿונעם לעבן אין וואַרשעווער געטאָ.

דרײַ יאָר האָט מען מיט שפּאַנונג גערוואַרט, אַז דער פֿילם, פּראָדוצירט דורך נענסי שפּילבערג, אַ שוועסטער פֿונעם וועלט־באַרימטן רעזשיסאָר סטיווען שפּילבערג, זאָל אַרויסקומען. דער פֿילם־מאַנשאַפֿט האָט אויפֿגעהאַלטן דעם אינטערעס דורכן שטעלן בילדער און אויסצוגן פֿונעם דאָקומענטאַר אויף „פֿייסבוק‟ און דורכן אַרויסשיקן פּרעסע־קאָמוניקאַטן וועגן די אַקטיאָרן וואָס נעמען אָנטייל אינעם פּראָיעקט. אַז דער פֿילם איז סוף־כּל־סוף אַרויס, האָט ער באַקומען גלענצנדיקע רעצענזיעס און מע האָט אים געוויזן אין אַ טוץ לענדער, אַרײַנגערעכנט, ערשט לעצטנס, אויפֿן באַרימטן אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־קאַנאַל Discovery.

אויך מיט פּאָמפּע און גרויס ענטוזיאַזם האָט מען אויפֿגענומען דעם דאָקומענטאַר־פֿילם „שוואַרצער האָניק‟, רעזשיסירט דורך אורי ברבש, וואָס שילדערט דאָס דראַמאַטישע, כּמעט אומגלייבלעכע לעבן פֿון אַבֿרהם סוצקעווער און זײַן השפּעה ווי אַ פּאָעט און קולטור־טרעגער. דער פֿילם, געשאַפֿן מיט דער הילף פֿון סוצקעווערס אייניקל, די אַקטריסע הדס קלדרון, האָט אויך באַקומען שטאַרקע אָפּרופֿן פֿון קריטיקער און אַ סך אויפֿמערק בײַם ברייטן עולם, בפֿרט אין ישׂראל, וווּ מע האָט אים טראַנסמיטירט אויף דער טעלעוויזיע.

ביידע פֿילמען זענען מערקווירדיק, סײַ פֿונעם קינסטלערישן שטאַנדפּונקט, סײַ ווי וויכטיקע פּעדאַגאָגישע מכּשירים מיט וועלכע מע קען לערנען תּלמידים וועגן דעם גײַסטיקן ווידערשטאַנד בשעתן חורבן — אַ טעמע, וואָס מע באַטאָנט ווײַט ניט גענוג אין די ייִדישע טאָג־ און זונטיקשולן.

ווי אימפּאָנירט איך בין אָבער געווען מיט די צוויי פֿילמען, האָב איך פֿאָרט דערפֿילט, אַז עפּעס פֿעלט. בעת מע האָט געוואַרט אַז די פֿילמען זאָלן אַרויסקומען, איז אויך אַרויס דוד פֿישמאַנס בוך ”די ביכער־שמוגלער“, וואָס גיט איבער די דערשטוינענדיקע געשיכטע פֿון דער „פּאַפּירענער בריגאַדע‟, די אסירים פֿון ווילנער געטאָ, וואָס אַ דאַנק זייער מוט, אײַנשטעלערישקייט, און חריפֿות, איז זיי געלונגען צו ראַטעווען צענדליקער טויזנטער ביכער ממש אונטער דער נאָז פֿון די נאַציס.. כאָטש ”שוואַרצער האָניק“ דערמאָנט יאָ די „פּאַפּירענער בריגאַדע‟ און דיסקוטירט סוצקעווערס וויכטיקע ראָלע אין איר געהיימען שליחות, איז מיר קלאָר געוואָרן, אַז די געשיכטע נייטיקט זיך אין אַן אייגענעם דאָקומענטאַר־פֿילם פֿאַר זיך.

ווען ד׳׳ר פֿישמאַן האָט אין אָקטאָבער 2017 גערעדט אויפֿן סיום־הספֿר פֿאַר זײַן בוך בײַם ייִוואָ, האָט ער דערמאָנט אַ טרויעריקן אַנעקדאָט. נאָך דעם וואָס ער האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט אין לעמבערג, אוקראַיִנע, אין מײַ פֿון יענעם יאָר, האָט אַן אָרטיקע געלערנטע, ד׳׳ר סאָפֿיע דיאַק, אים געפֿרעגט, צי די ייִדן אין ישׂראל באַטראַכטן די ”פּאַפּירענע בריגאַדע“ אַנדערש פֿון די ייִדן אין די תּפֿוצות? האָט ד׳׳ר פֿישמאַן געגעבן דער אוקראַיִנער פֿאָרשערין צו פֿאַרשטיין, אַז ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר ווייסן בכלל ניט וועגן אָט דער געשיכטע, אַז מע לערנט זי ניט אין קיין שום ייִדישע שולן און אַז זײַן בוך איז פֿאַקטיש דאָס איינציקע אויף דער טעמע. איז זי געבליבן געפּלעפֿט, ממש, אָן לשון.

„ווי אַזוי, טאַקע‟, האָט ד׳׳ר פֿישמאַן געזאָגט „באַקומט זיך, אַז אַזאַ מוסטער פֿון העלדישקייט, גבֿורה און אײַנשטעלערישקייט לטובֿת כּלל־ישׂראל, זאָל ניט האָבן געוואָרן אַ טייל פֿון דער ייִדישער נאַציאָנאַלער קולטור־ירושה?”

נאָך דער פּראָגראַם האָב איך געכאַפּט אַ שמועס מיט ד׳׳ר פֿישמאַן און אים געפֿרעגט, צי מע וועט אַמאָל מאַכן אַ דאָקומענטאַר־פֿילם אויפֿן סמך פֿון זײַן בוך? האָט ער מיך געענטפֿערט, אַז אַ בעלגישע רעזשיסאָרין אַרבעט שוין אויף פּונקט אַזאַ פּראָיעקט.

כּמעט דרײַ יאָר האָב איך גאָרניט ניט געהערט וועגן דעם פֿילם — קיין פּיפּס אויף פֿייסבוק ניט געזען, קיין פּרעסע־קאָמוניקאַטן ניט באַקומען, קיין קלאַנגען אַז מע אינטערוויויִרט מענטשן אַפֿילו ניט געהערט — ביז עס האָט זיך פּלוצלעם די צווייטע וואָך יאַנואַר באַוויזן אַ פֿאַרבינדונג אויף ”פֿייסבוק“ צום שוין־פֿאַרענדיקטן פֿילם ”די פּאַפּירענע בריגאַדע: דאָס ראַטעווען די ייִדישע קולטור אין ווילנע.“ ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, איז דער פֿילם לכתּחילה אַרויס אין 2018, נאָר ער האָט ניט באַקומען קיין סך אויפֿמערק. ס׳איז טאַקע אַ שאָד, וואָס מע האָט אים ווייניק וואָס געוויזן אויף פֿעסטיוואַלן אָדער כּמעט גאָרניט ניט געשריבן וועגן אים אין דער פּרעסע, ווײַל צווישן די דרײַ אויסגעצייכנטע פֿילמען וועגן גײַסטיקן ווידערשטאַנד בשעתן חורבן, איז ער טאַקע דער אינטערעסאַנטסטער פֿון אַלע.

דעם פֿילם, וואָס מע קען זען בחינם ביזן 19טן פֿעברואַר אויף דער וועבזײַט פֿונעם פֿראַנצייזיש־דײַטשישן טעלעוויזיע־קאַנאַל ARTE, האָט רעזשיסירט דיאַנע פּערלשטיין. אַ בעלגישע רעזשיסאָרין פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, האָט פּערלשטיין זיך פֿאַראינטערעסירט אין דער ”פּאַפּירענער בריגאַדע“ ווען זי האָט, ווי אַ געהיימע שטיצערין פֿון ייִדישע רעפֿיוזניקעס, באַזוכט ווילנע אין 1981. אינעם פֿילם וועבט פּערלשטיין צונויף זעלטענע אַרכיוואַלע פֿאָטאָגראַפֿיעס, פֿילמען און רעקאָרדירונגען מיט רירנדיקע נײַע אינטערוויוען.

דער דאָקומענטאַר הייבט זיך אָן אינעם סטודיאָ פֿונעם קינסטלער שמואל באַק, וואָס האָט ווי אַ קינד אין ווילנער געטאָ קונה־שם געווען מיט זײַנע מאָלערײַען און זיך באַפֿרײַנדעט מיט די פּאָעטן שמערקע קאַטשערגינסקי און אַבֿרהם סוצקעווער. במשך פֿון צוויי יאָר האָט דער יונגער קינסטלער געהאַלטן בײַ זיך אַ פּינקס, וואָס די צוויי פּאָעטן האָבן געהאַט אַרײַנגעשמוגלט אין געטאָ. דער גורל פֿון באַק און דעם פּינקס אין וועלכן ער האָט געצייכנט בילדער, דינט ווי אַ גערעם, אויף וועלכן פּערלשטיין פֿעדעמט אײַן וויכטיקע טיילן פֿון דער סיפּור־המעשׂה, און איז אויך דער עמאָציאָנעלער הויכפּונקט פֿונעם פֿילם.

אַחוץ שמואל באַק האָט פּערלשטיין גערעדט מיטן צווייטן וווּנדערקינד פֿון ווילנער געטאָ, דעם קאָמפּאָזיטאָר אַלכּסנדר תּמיר (וואָלקאָוויסקי), וואָס האָט צו עלף יאָר קאָמפּאָנירט די מוזיק צו שמערקע קאַטשערגינסקיס ”שטילער שטילער“, אַ רעקוויום לזכר די ייִדן וואָס מע האָט אומגעבראַכט אויף פּאָנאַר — נאָר פֿאַרשטעלט ווי אַ וויגליד, די דײַטשן זאָלן ניט פֿאַרשטיין זײַן באַטײַט.

פּערלשטיין איז געפֿאָרן מיטן קאָמפּאָזיטאָר, וואָס איז זינט דעמאָלט אַוועק אין דער אייביקייט, קיין ווילנע. דאָרטן, אינעם אַמאָליקן געטאָ־טעאַטער וווּ ”שטילער שטילער“ האָט געהאַט זײַן פּרעמיערע, האָט תּמיר אָנגעהויבן שפּילן דאָס ליד פֿאַר אַ ליידיקן זאַל און גערעדט וועגן קאַטשערגינסקי. דער מאָמענט איז זייער אַ רירנדיקער. להיפּוך צו שמואל באַק, וועמענס קונסטווערק פֿאַררופֿן זיך כּמעט שטענדיק אויף זײַנע איבערלעבונגען בשעתן חורבן, האָט תּמיר זעלטן־ווען גערעדט וועגן זײַנע איבערלעבונגען אין ווילנער געטאָ. ביז די 1980ער יאָרן האָט כּמעט קיינער אַפֿילו ניט געוווּסט, אַז דער פּאָפּולערער פּיאַניסט, וואָס האָט גאַסטראָלירט איבער דער וועלט און איז אין 1958 אויפֿגעטראָטן אויפֿן „עד סוליוואַן שאָו‟, איז אַמאָל געווען דאָס וווּנדערקינד פֿון ווילנער געטאָ וואָס האָט קאָמפּאָנירט דאָס רירנדיקע חורבן־ליד. ווען תּמיר שפּילט דאָס ליד פֿאַרן ליידיקן זאַל פֿילט זיך ווי מע גייט איבער אַ בריק צום אַמאָל.

דער זעלביקער עפֿעקט איז פּערלשטיין געלונגען צו שאַפֿן דורך איר קלוגן באַנוץ פֿון אַרכיוואַלע רעקאָרדירונגען, בילדער און פֿילמען. מע זעט אינעם דאָקומענאַר אַ ריי זעלטענע בילדער — די מיטגלידער פֿון דער ”פּאַפּירענער בריגאַדע“ בײַ דער אַרבעט, אַ פֿאָרשטעלונג אין געטאָ־טעאַטער — און ווידעאָס פֿונעם פֿאַרמלחמדיקן ווילנער ייִוואָ. צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט זיי זעט מען אויסצוגן פֿון צוויי אינטערוויוען מיט אַבֿרהם סוצקעווער פֿון 1989 און 1999, ווי אויך אַן אינטערוויו פֿון 1999 מיט נאָך אַ מיטגליד פֿון דער ”פּאַפּירענער בריגאַדע“ — אַבֿרהם זעלעזניקאָוו. דערצו הערט מען אַן אויסצוג פֿון שמערקע קאַטשערגינסקיס אַ רעדע וועגן דער באַפֿרײַונג פֿון ווילנע, וואָס ער האָט געהאַלטן אין מאָנטרעאָל האַרט פֿאַר זײַן פֿריצײַטיקן טויט אין 1954. מע הערט אויך די ווערטער פֿון די, וואָס האָבן ניט איבערגעלעבט די מלחמה, — מע לייענט פֿאָר פֿון די טאָגביכער פֿון הערמאַן קרוק און זעליג קאַלמאַנאָוויטש, די אָנפֿירער פֿון דער ”פּאַפּירענער בריגאַדע“.

נאָך אַן אופֿן ווי אַזוי פּערלשטיין פֿאַרבינדט דעם אַמאָל מיטן הײַנט איז דורך איר אינטערעסאַנטן צוגאַנג צו שפּראַך. די אינטערוויוען אינעם פֿילם, צי זיי זענען לכתּחילה געווען אויף ענגליש, העברעיִש, צי פֿראַנצייזיש, הערט מען בלויז אויף פֿראַנצייזיש (מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך). די אינטערוויוען, נאַראַציע, און אַרכיוואַלע רעקאָרדירונגען אויף מאַמע־לשון, לאָזט מען אָבער איבער אינעם ייִדישן אָריגינאַל. באַקומט זיך אַז דער צוקוקער הערט די ווערטער פֿון קאַטשערגינסקי, סוצקעווער, קאַלמינאָוויטש, און קרוק אויף ייִדיש און די ייִנגערע דורות ענטפֿערן זיי אויף ניט־ייִדישע שפּראַכן, איבערגעזעצט אויף פֿראַנצייזיש.

לאָמיר האָפֿן, אַז מע וועט נאָך אַ סך מער ווײַזן דעם וווּנדערלעכן פֿילם, און אַז דורך אים וועט דער ברייטער עולם זיך דערוויסן וועגן אָט דעם מוסטער פֿון העלדישן גײַסטיקן ווידערשטאַנד בשעתן חורבן.

ֹ

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version