Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווידעאָ רופֿט ייִדיש־רעדער צו קריגן אידענטיטעט־קאַרטלעךNYC video urges Yiddish speakers to sign up for ID cards

צום ערשטן מאָל לאָזט די ניו־יאָרקער שטאָט־רעגירונג אַרויס אַ ווידעאָ אויף ייִדיש.

לויט דער סטאַטיסטיק פֿון דער ניו־יאָרקער רעגירונג זענען דאָ מער ווי 27,000 ייִדיש־רעדער אין דער שטאָט ניו־יאָרק, וואָס קענען שוואַך ענגליש, אָדער באַהערשן אין גאַנצן ניט די שפּראַך. בלויז זעקס אַנדערע שפּראַכן האָבן אַ העכערע צאָל שוואַכע ענגליש־רעדער.

כּדי צו דערגרייכן אַ טייל אָט דער באַפֿעלקערונג, האָט די שטאָט צום ערשטן מאָל אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ אויף „יוטוב‟ אויף מאַמע־לשון. אינעם ווידעאָ דערציילט אַ וואָרטזאָגער פֿאַר דער שטאָט, פֿאַר וואָס די רעגירונג וויל, אַז אַלע ניו־יאָרקער אײַנוווינער זאָלן זיך פֿאַרשרײַבן אויף צו באַקומען דעם אידענטיטעט־קאַרטל IDNYC. מיט דעם קאַרטל קען מען זיך פֿאַרשריבן אויף אַ ריי מלוכישע פּראָגראַמען, לײַען ביכער פֿון מלוכישע ביבליאָטעקן און באַזוכן מער ווי 40 מוזייען בחינם.

להיפּוך צו די אידענטיטעט־קאַרטלעך פֿון דער פֿעדעראַלער רעגירונג, קען יעדער ניו־יאָרקער אײַנווינער באַקומען דעם IDNYC, אַרײַנגערעכנט די וואָס האָבן ניט קיין אָפֿיציעלן לעגאַלן סטאַטוס אינעם לאַנד. (לכתּחילה האָט מען געשאַפֿן דעם IDNYC אין 2014 דווקא ווי אַן אַלטערנאַטיוו צום ניו־יאָרק־שטאַטישן אידענטיטעט־קאַרטל, פֿאַר וועלכן מע האָט געדאַרפֿט זײַן אַן אָפֿיציעלער תּושבֿ פֿונעם שטאַט כּדי עס צו באַקומען; ערשט אין דעצעמבער 2019 האָט מען דערלאָזט, אַז אויך די „אומדאָקומענטירטע‟ זאָלן קענען באַקומען די ניו־יאָרק שטאַטישע אידענטיטעט־קאַרטלעך).

עס זענען אויך אַרויס ווידעאָס אויף אַנדערע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט דרײַ זעלטענע וואָס מע הערט ניט אויף שריט און טריט: קעטשואַ, וואָס ווערט גערעדט אין עקוואַדאָר און פּערו, „קיטשע‟ — איינע פֿון די שפּראַכן פֿון גוואַטעמאַלע, און „גאַריפֿונאַ‟, אַן אַמעריקאַנער אינדיאַנער שפּראַך בײַם מיזרח־ברעג פֿון צענטראַל־אַמעריקע — אַ לשון וואָס ווערט גערעדט כּמעט אויסשליסלעך פֿון אָפּשטאַמיקע פֿון אַנטלאָפֿענע אַפֿריקאַנער שקלאַפֿן, וואָס האָבן זיך מיט דורות צוריק צונויפֿגעמישט מיט דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג.

דאָס איז זייער אַ שיינע איניציאַטיוו און דער וואָרטזאָגער רעדט אויף אַ קלאָרן, היימישן ייִדיש. אַ שאָד נאָר, וואָס מע האָט ניט געגעבן קיין אַכט אויף דעם אופֿן ווי אַזוי מע שרײַבט דעם טעקסט בײַם סוף פֿונעם ווידעאָ. בײַ די אומפֿאָרמעלע חסידישע שמועס־גרופּעס אויף דער אינטערנעץ זעט מען אַמאָל אַז מע שרײַבט „ריפען‟ (רופֿן), „אין‟ (און) און „צי‟ (צו), אָבער עס זעט אויס עם־הארציש ווען מע שרײַבט אַזוי אין אַן אָפֿיציעלן ווידעאָ פֿון דער שטאָט. איך בין זיכער אַז אויף אַנדערע שפּראַכן וואָלטן זיך אַזוינע גרײַזן ניט באַוויזן.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version