Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דאָס ייִדישע לעבן אין מאָסקווע בעת דער קאָראָנאַ־מגפֿהJewish life in Moscow during the coronavirus crisis

אָנלײַן קען מען איצט הערן לעקציעס וועגן ייִדישער ליטעראַטור און פֿאָרלייענונגען פֿון קינדער־מעשׂיות, ווי אויך זיך לערנען העברעיִש.

במשך פֿון די לעצטע וואָכן האָט זיך דער מצבֿ אין מאָסקווע זייער גיך געביטן.

אָנהייב מערץ האָט מען אין רוסלאַנד מיט זאָרג געלייענט די ידיעות — נישט נאָר פֿון כינע, נאָר אויך פֿון אייראָפּע און אַמעריקע. אָבער דעמאָלט האָט רוסלאַנד נאָך איגנאָרירט די מגפֿה.

מיט פֿינף-זעקס וואָכן צוריק, ווען אין אַ סך מערבֿ־לענדער איז שוין אײַנגעפֿירט געוואָרן אַ שטרענגער קאַראַנטין, האָט דער רעזשים אין רוסלאַנד באַשטימט די כּללים בעת דער עפּידעמיע: וואָס איז פֿאַרווערט, וואָס איז דערלויבט, – און זיי זענען געווען גענוג ליבעראַלע.  

קיינער איז נאָך ניט געצוווּנגען געוואָרן צו זיצן אין דער היים, אַחוץ די וואָס זענען לעצטנס צוריקגעקומען פֿון כינע, דײַטשלאַנד, איטאַליע, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ענגלאַנד און אַנדערע לענדער מיט אַ גרויסער צאָל קראַנקע אויפֿן קאָראָנאַ־ווירוס.

אַחוץ אוניווערסיטעטן, זענען כּמעט אַלע אַנשטאַלטן געבליבן אָפֿן. לויט דער סטאַטיסטיק, פֿאַרעפֿנטלעכט אין מאָסקווע סוף מערץ, האָבן דעמאָלט נאָר 16% אַרבעטגעבער באַוויזן אַריבערצופֿירן די גאַנצע אַרבעט אויף דער אינטערנעץ, כּדי די אָנגעשטעלטע זאָלן קענען אַרבעטן פֿון דער היים. די אַנדערע 84% בעלי־⁠בתּים האָבן געהייסן זייערע מיטאַרבעטער קומען אין אָפֿיס אַלע טאָג. די מעטראָ איז געווען געפּאַקט; פּאַרקן און קראָמען — אויך. וואָס שייך די שולקינדער האָבן די עלטערן וואָס אַרבעטן אין דער היים געקענט אַליין באַשליסן, צי זייערע קינדער זאָלן גיין אין שול, צי נישט; אין די קראָמען האָט זיך גיך אויספֿאַרקויפֿט דאָס טואַלעט־פּאַפּיר, רעטשענע און דיסאינפֿיציר־מיטלען. אין די אַפּטייקן האָט מען אויספֿאַרקויפֿט די מעדיצינישע מאַסקעס. אין פֿליפֿעלדער, אויף וואָקזאַלן און אין קליניקן האָט מען געשטעלט דאָקטוירים, זיי זאָלן מעסטן בײַ אַלעמען די גוף־טעמפּעראַטור — און שוין, קיין אַנדערע סימנים פֿון אַ פּאַנדעמיע זענען נאָך ניט געווען.

די סטאַטיסטיק האָט אָנגעוויזן זייער אַ קליינע צאָל קראַנקע אויף קאָראָנאַ־ווירוס אָבער אין די סאָציאַלע נעצן האָבן אַ סך מענטשן אויסגעדריקט אַ חשד אַז אין דער אמתן זענען דאָ אַ סך מער קראַנקע און אַז די סטאַטיסטיק פֿון די קאָראָנאַ־ווירוס־פֿאַלן ווערט קינסטלעך פֿאַרקלענערט. די מאַכט האָט עס זיכער געוווּסט; נישט אומזיסט האָט מען לעבן מאָסקווע אָנגעהויבן צו בויען אַ נײַעם שפּיטאָל פֿאַר קראַנקע אויף קאָראָנאַ־ווירוס.

די מאַכט האָט דערווײַל געפּרוּווט דורכצופֿירן נאָך אַ בײַט. אין יאַנואַר האָט דער פּרעזידענט דערקלערט, אַז מע וועט אַרײַנטראָגן ענדערונגען אין דער קאָנסטיטוציע. די בירגער האָבן נישט פֿאַרשטאַנען דעם ציל, אָבער קיין סך אילוזיעס האָט מען נישט געהאַט: אַלעמען איז געווען קלאָר, אַז דער אמתער ציל איז, פּוטין זאָל קענען בלײַבן בײַ דער מאַכט — אויף וואָסער ניט איז שטעלע. אין מאַרץ איז קלאָר געוואָרן: מע טראָגט אַרײַן אַ צוגאָב, וואָס זאָגט, אַז מיטן אָננעמען די נײַע קאָנסטיטוציע קאָן דער איצטיקער פּרעזידענט ווידער דערוויילט ווערן ווי דער פּרעזידענט. לויט די רוסלענדישע געזעצן, מוזן די ענדערונגען אין דער קאָנסטיטוציע באַשטימט ווערן פֿון דעם פֿעדעראַלן פּאַרלאַמענט און פֿון צוויי דריטל רעגיאָנאַלע פּאַרלאַמענטן, אָבער די מאַכט האָט געוואָלט אויך שאַפֿן אַן אילוזיע פֿון דער אַלפֿעלקישער שטיצע — און האָט דערקלערט אַן אַלמלוכישע אָפּשטימונג (וואָס האָט אַ צווייפֿלהאַפֿטן יורידישן סטאַטוס). די אָפּשטימונג איז באַשטימט געוואָרן אויפֿן 22סטן אַפּריל — אָבער סוף מאַרץ האָט מען שוין פֿאַרשטאַנען אַז דער מצבֿ וועט דאָס ניט דערמעגלעכן.

און דערנאָך האָט זיך אַלץ מיט אַ מאָל געביטן. דעם 26סטן מאַרץ האָט דער פּרעזידענט פּוטין זיך געוואָנדן צו די בירגער און אָנערקענט, אַז די מגפֿה איז אַן אמתע סכּנה און דער מצבֿ איז אַ שווערער. סטאַטיסטישע צײַגערס האָבן מיט אַ מאָל אָנגעהויבן וואַקסן. פּוטין האָט אײַנגעפֿירט אַ „וואַקאַציע‟ פֿאַר אַלעמען. מען האָט צוגעמאַכט אויף אַ וואָך אַלע אַנשטאַלטן אַחוץ שפּײַזקראָמען, קליניקן און שפּיטאָלן, אַפּטייקן, בענק, טראַנספּאָרטאַציע־ און קאָמוניקאַציע־אינסטאַנצן. אַחוץ זיי, האָט פּוטין דערקלערט, טאָר קיינער ניט אַרבעטן, און זייערע אַרבעטגעבער זאָלן זיי באַצאָלן דעם לוין. מיט אַ וואָך שפּעטער, דעם 2טן אַפּריל, האָט ער פֿאַרלענגערט די וואַקאַציע אויף אַ חודש.

אַ סך אַנאַליטיקער האָבן באַמערקט, אַז די מאַכט טוט אַלץ, כּדי צו באַקומען מער קאָנטראָל — און אויסצומײַדן אַחריות. די רעגירונג האָט ניט אײַנגעפֿירט דעם נויט־מצבֿ, ניט געגעבן קיין הילף די בירגער און די אָרגאַניזאַציעס, ניט באַפֿרײַט די בירגער פֿון באַצאָלן דירה־געלט, עלעקטריע, וואַסער און גאַז. מע האָט אָפֿיציעל אַפֿילו ניט דערקלערט קיין קאַראַנטין, בלויז אַ „פֿרײַוויליקע זעלבסט־איזאָלאַציע‟. יורידיש איז דער איצטיקער מצבֿ אין גאַנצן אומקלאָר.

מיט דעם זעלבן שאָס האָט די מאַכט געהרגעט נאָך איין האָז. ס׳איז דאָך באַוווּסט, אַז פּוטין האָט שוין לאַנג פֿײַנט די קליינקרעמערס און וואָלט אַ בעלן געווען, זיי זאָלן מאַכן פּלאַץ פֿאַר דעם „אמתן‟, דעם גרויסן (אָליגאַרכישן) געשעפֿט, וואָס איז דער גרעסטער שטײַער־צאָלער.

קיין מאָסמיטלען פֿון שטיצע זענען נישט געווען ביזן 15טן אַפּריל — בלויז שטראָפֿן פֿאַרן ברעכן די כּללים פֿון קאַראַנטין, כאָטש ס׳איז אָפֿיציעל קיין מאָל ניט דערקלערט געוואָרן. דעם 15טן אַפּריל האָט פּוטין צוגעזאָגט צו באַצאָלן קאָמפּענסאַציעס די קליינע געשעפֿטן כּדי צו באַצאָלן דעם לוין צו די מיטאַרבעטער — אָבער די סומע איז ממש לעכערלעך, ווייניקער ווי 150 דאָלאַר אַ חודש פֿאַר איין מיטאַרבעטער, און ווערט נישט באַצאָלט צו אַלע קליינע געשעפֿטן.

אַ סך בירגער האָבן שוין פֿאַרלוירן די אַרבעט אָדער וועלן אין גיכן בלײַבן אָן אַרבעט. פֿאַר רוסלאַנד, וווּ דאָס רובֿ תּושבֿים זענען אָרעם און האָבן ניט קיין אײַנשפּאָרונגען, וועט עס מיינען אַ לאַנגער סאָציאַלער און עקאָנאָמישער קריזיס.

דער פּרעזידענט האָט איבערגעגעבן דאָס אַחריות דערפֿאַר די גובערנאַטאָרן, יעדער פֿון זיי זאָל אַליין באַשליסן, צי מע זאָל אײַנפֿירן אין זײַן געגנט דעם נויט־מצבֿ, צי נישט, און זאָל אַליין דאָס רעאַליזירן. דאָס קלינגט אפֿשר שׂכלדיק: דאָס לאַנד איז גרויס, אין יעדער געגנט איז דער מצבֿ, די באַפֿעלקערונג און די לאַגע פֿון דער מעדיצינישער סיסטעם אַנדערש. אָבער אין רוסלאַנד זענען די גובערנאַטאָרן על־פּי־רובֿ טשינאָווניקעס, צוגעשיקט פֿון מאָסקווע, וואָס קענען בכלל ניט זייערע געגנטן, און האָבן שוין לאַנג ניט געהאַט קיין מעגלעכקייט צו פֿירן עפּעס אַ זעלבשטענדיקע פּאָליטיק. זיי האָבן ניט קיין דערפֿאַרונג בײַם אָננעמען דאָס אַחריות און לייזן אמתע פּראָבלעמען.

דער סאַמע זעלבשטענדיקער איז דער בירגערמײַסטער פֿון מאָסקווע, דער שטאָט וואָס האָט ווילנדיק־נישט־ווילנדיק איבערגעיאָגט דאָס גאַנצע לאַנד אויף צוויי־דרײַ וואָכן. מאָסקווע איז זייער גרויס, ענג באַפֿעלקערט און רײַך. זי איז אויך אַ גרויסער טראַנספּאָרטאַציע־קנויל. כּמעט צוויי דריטל פֿון די רוסלענדישע בירגער, קראַנקע אויף קאָראָנאַ, געפֿינען זיך אין מאָסקווע!

וואָס שייך די תּקנות פֿון זיך אַליין אָפּזונדערן, האָט די מאָסקווער רעגירונג שוין אָפּגעטאָן אָן אַ שיעור פֿאַרברעכנס. די תּושבֿים האָבן זיך לעצטנס באַקלאָגט אויף אַ ריח פֿון ברענענדיקן מיסט, וואָס די מיסט־קאָמפּאַניעס ברענען אַנשטאָט זיי איבערצוניצעווען. עס גייען ווײַטער אָן אומלעגאַלע בויונגען, איינע פֿון זיי — אויפֿן אָרט פֿון אַ ראַדיאָ־אַקטיווער מיסטגרוב, וואָס האָט געהעכערט דעם ראַדיאַציע־ניוואָ פֿון דער געגנט אויף פֿיר מאָל שטאַרקער.

אַחוץ דעם, האָט דער בירגערמײַסטער אײַנגעפֿירט אַ גאַנצע ריי פּאָליציי־מאָסמיטלען און שטראָפֿן.

דער בירגערמײַסטער האָט אויך געסטראַשעט אײַנצופֿירן אַ סיסטעם פֿון „קו־אַר־קאָדן‟ ווי אין כינע. דאָס זענען קאָדן, וואָס ווערן אויטאָמאַטיש גענערירט און קענען סקאַנירט, דערקענט און באַאַרבעט ווערן מיט אַ קאַמעראַ פֿון אַ מאָבילקע אָדער אַ טאַבלעט. אָבער צוליב דעם ווידערשטאַנד פֿון די תּושבֿים האָט ער זיך באַרעכנט. עטלעכע טעג שפּעטער האָט ער אָבער אײַנגעפֿירט אַ סיסטעם פֿון עלעקטראָנישע פּאַסן. אויפֿן ערשטן טאָג פֿון איר פֿונקציאָנירן האָט די פּאָליציי קאָנטראָלירט די פּאַסן אין מעטראָ — און עס האָבן זיך געשאַפֿן ריזיקע רייען און אַ שטופּעניש לעבן יעדער מעטראָ־סטאַנציע. די מענטשן זענען געשטאַנען איינער לעבן אַן אַנדערן, און קיין דיסטאַנץ פֿון 1.5 מעטער איז צווישן זיי אַוודאי נישט געווען.

ביזן 26טן אַפּריל זענען אין רוסלאַנד שוין געווען אַרום 80 טויזנט קראַנקע אויף קאָראָנאַ און 747 מענטשן זענען געשטאָרבן. מע דערוואַרט איצט אַ צווייטע כוואַליע פֿון אָנשטעקונג צוליב דעם המון אין מאָסקווער מעטראָ. אין עטלעכע רוסלענדישע געגנטן זענען פֿאָרגעקומען דעמאָנסטראַציעס, און אַחוץ דעם אָרגאַניזירט איצט די אָפּאָזיציע „אָנלײַן־דעמאָנסטראַציעס‟.


ווען כּמעט אַלע זיצן אין דער היים, איז די צאָל געוואַלד־פֿאַרברעכנס אין דרויסן גאַנץ נידעריק. ס׳איז אָבער יאָ געוואַקסן די צאָל פֿאַלן פֿון אַנטיסעמיטיזם. דאָס איז מאָדנע, ווײַל בדרך־כּלל איז דער ניוואָ פֿון אַנטיסעמיטיזם אין רוסלאַנד נידעריק. דעם 13טן אַפּריל האָבן אומבאַקאַנטע אונטערגעצונדן אַ שיל אין אַרכאַנגעלסק, אַ שטאָט אויף צפֿון רוסלאַנד. די שיל איז געווען ליידיק, קיינער איז ניט פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן און די שׂרפֿה האָט מען באַלד אויסגעלאָשן.

דאָס ייִדישע לעבן האָט זיך אויך זייער געביטן. אַלע שילן, ישיבֿות, ייִדישע שולן, ייִדישע קינדער־גערטנער און מקוואות זענען געשלאָסן.

דאָס רובֿ רוסלענדישע ייִדן זענען וועלטלעך; פֿרומע משפּחות זענען אַ מיעוט. אַפֿילו צווישן די מענטשן וואָס קומען אויף גרויסע יום־טובֿים אין שילן, באַשטייט דאָס צום גרעסטן טייל פֿון מענטשן, וואָס געהערן נישט צו קיין אַנדערע סאָציאַלע אָרגאַניזאַציעס אָדער וואָס אין זייערע משפּחות האַלט מען ניט קיין ייִדישע טראַדיציעס. בײַ ס׳רובֿ רוסלענדישע ייִדן, וואָס פּראַווען פּסח, איז ער ניט קיין משפּחה־יום־טובֿ, נאָר אַ יום־טובֿ, וואָס מע פּראַוועט אין אַ שיל, מיט אַ גרויסן קהל בײַם סדר. צוליב דעם וואָס מע האָט הײַ־יאָר ניט געקענט גיין אין קיין שיל האָבן אַ סך ווייניקער ייִדן געפּראַוועט פּסח, און די וואָס האָבן אים יאָ געפּראַוועט — האָבן עס געטאָן אַליין אין דער היים.

פֿרומע ייִדן דאַווענען אין מיטן דער וואָך אין ווירטועלע מנינים און לערנען דורך זום אָדער דורך סקײַפּ.

ווי אַזוי וועט די מגפֿה משפּיע זײַן אויף דעם רעליגיעזן ייִדישן לעבן אין מאָסקווע, איז נאָך שווער צו זאָגן, נאָר מיר דאַכט זיך, עס וועט זיך ווייניקער קאָנצענטרירן אויף גרויסע שילן און גרויסע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, נאָר גיכער זיך צעטיילן אויף קלענערע קהילות.

ווער ס׳האָט זיכער געוווּנען פֿון דער מגפֿה — דאָס זענען די קראָמען פֿון כּשרן שפּײַז, וואָס האָבן אָרגאַניזירט ליפֿערונגען פֿון פּראָדוקטן צו מענטשן אַהיים. אפֿשר וועט עס אויך משפּיע זײַן אויף דער טאָפּאָגראַפֿיע פֿון ייִדישן ייִשובֿ אין מאָסקווע: די קאָנצענטראַציע ייִדן אין מאַרייִנאַ ראָשטשאַ, וווּ עס געפֿינען דאָס רובֿ אַזעלכע קראָמען, וועט מסתּמא פֿאַלן.

אַ סך קהילות האָבן אָרגאַניזירט פּראָגראַמען פֿון אָנליין־לעקציעס און אַנדערע אונטערנעמונגען. למשל, איינע פֿון די קליינע מאָסקווער קהילות, „צווישן די אייגענע‟, פֿירט דורך אַלע טאָג (אַחוץ שבתים און יום־טובֿים) 3־4 לעקציעס וועגן ייִדישער ליטעראַטור, געשיכטע און אַשכּנזישער עטנאָגראַפֿיע. איין פּראָגראַם איז אַנטשטאַנען אונטערן אײַנפֿלוס פֿונעם ישׂראלדיקן פּרעזידענט ראובֿן ריבֿלין: יעדן אָוונט לייענט פֿאָר עמעצער פֿון די מענער, רבנים פֿון דער קהילה אָדער באַקאַנטע ייִדישע טוער, אַ קינדערביכל, און דאָס פֿאָרלייענען ווערט טראַנסמיטירט דורך זום.

אַלע עפֿנטלעכע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן איבערגעטראָגן זייער טעטיקייט אויף דער אינטערנעץ. „נתּיב‟ פֿירט אַדורך העברעיִש־קלאַסן און לעקציעס וועגן געשעפֿט און קורסן ווי זיך צו פֿאַרבעסערן — personal growth בלע״ז. דער נײַער ייִדישער מוזיי האָט איבערגעפֿירט אַלע זײַנע אויסשטעלונגען אָנלײַן. ער אָרגאַניזירט אַ סך פּראָגראַמען פֿאַר קינדער און עטלעכע אינטערעסאַנטע אונטערעמונגען פֿאַר דערוואַקסענע. דעם 21סטן אַפּריל האָט ער בשותּפֿות מיט דער אַמבאַסאַדע פֿון ישׂראל אין רוסלאַנד דעמאָנסטרירט דעם פֿילם פֿון אורי באַרבאַש, „דבֿש שחור‟ (דער שוואַרצער האָניק) וועגן דעם לעבן פֿונעם פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער — מיטן קאָמענטאַר פֿון דעם בעסטן רוסלענדישן קענער פֿון ייִדישער ליטעראַטור, פּראָפֿעסאָר וואַלערי דימשיץ.

דער צענטער פֿונעם וועלטלעכן ייִדישן לעבן אין מאָסקווע בלײַבט דער פּראָיעקט „אשכּולות‟, געפֿירט פֿון שמעון פּאַריזשסקי. אין מאַרץ זענען אַלע זײַנע אונטערנעמונגען נאָך דורכגעפֿירט געוואָרן פּנים־אל־פּנים — און ערשט אָנהייב אַפּריל איז דער פּראָיעקט איבערגעפֿירט געוואָרן אויף דער אינטערנעץ.

איינער פֿון די באַליבטסטע פֿאָרמאַטן פֿון דעם פּראָיעקט איז close reading — לייענען וואָרט נאָך וואָרט, מיט אויספֿירלעכע קאָמענטאַרן. סוף פֿעברואַר, אָנהייב מאַרץ האָט מען געלייענט „מיצרישע פּאָסט־מאַרקע‟ — אַ קורצע נאָוועלע פֿון אָסיפּ מאַנדעלשטאַם, איינעם פֿון די גרעסטע רוסישע פּאָעטן פֿון דעם 20סטן יאָרהונדערט. געלייענט און קאָמענטירט האָט פּראָפֿעסאָר אָלעג לעקמאַנאָוו, אַ באַרימטער קענער פֿון רוסישער און סאָוועטישער ליטעראַטור. ער האָט דערקלערט דעם קאָנטעקסט (און בתוכם דעם ייִדישן קאָנטעקסט) פֿון דער נאָוועלע, וואָס דערציילט פֿון אַ נעבעכדיקן ייִדישן יונגערמאַנטשיק, וואָס לעבט אין סאַנקט־פּעטערבורג און, נישט געקוקט אויף די אַלע געשעענישן פֿונעם יאָר 1917, בלײַבט ער אַ „מענטש‟.

במשך פֿון אַפּריל לייענט מען דאָס אַפּאָקריפֿישע בוך „אַפּאָקאַליפּסיס‟ מיטן קענער פֿון העלעניסטישער ייִדישער געשיכטע, ד׳׳ר מיכאל תּובֿל. עס זענען אויך דאָ אָנלײַן־פּרעזענטאַציעס פֿון צוויי ביכער, וואָס זענען אַרויס אין דער רוסישער איבערזעצונג: פֿיליפּ סענדס „די מערבֿ־מיזרח־גאַס‟ און „גאולה־שטערן‟ פֿון פֿראַנץ ראָזענצווײַג.

קאָנצענטרירנדיק זיך אויף אָנלײַן־טעטיקייט, האָט „אשכּולות‟ אויך לאַנסירט אַ פּאָדקאַסט, געווידמעט ווייניק באַקאַנטע ייִדישע לידער. אין דער ערשטער סעריע דערציילט דער קענער פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער, איליאַ סײַטאַנאָוו, און איך, וועגן דעם ליד: „אַז מע נעמט אַ ביסעלע בראָנפֿן‟: http://eshkolot.online/podcast/podcast-19.


סאָוועטישער פּלאַקאַט “ניין!”, 1954. דער קינסטלער – וו. גאָוואָרקאָוו

בעת דער זעלבסט־איזאָלאַציע אַנטדעקט מען אַ סך אופֿנים צו פֿאַרברענגען די צײַט. אויפֿן רוסלענדישן פֿייסבוק איז באַזונדערס פּאָפּולער די גרופּע „קונסט־איזאָלאַציע‟: מע קאָפּירט באַקאַנטע בילדער מיט היימישע מיטלען. מיט איינער פֿון יענע „איבערגעמאַכטע ווערסיעס‟ וועל איך הײַנט ענדיקן. דער מקור איז אַ באַרימטער סאָוועטישער פּלאַקאַט, וואָס אַגיטירט ניט צו טרינקען קיין משקה.

Image by סוועטלאַנאַ זילבערמאַן

די איבערגעמאַכטע ווערסיע איז געווידמעט פּסח.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version