אָנלײַן־פֿײַערונג פֿון מעקסיקאַנער ייִדישער קולטורOnline celebration of Mexican Yiddish culture
אין דער פּראָגראַם ”ייִדישע פּעניאַ“ וועט מען פֿאָרשטעלן דערציילונגען און לידער געשאַפֿן אויף ייִדיש אין מעקסיקע במשך פֿון די לעצטע הונדערט יאָר.
כאָטש זי איז אפֿשר נישט אַזוי באַקאַנט ווי די ווערק געשאַפֿן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע, איז די מעקסיקאַנער ייִדישע ליטעראַטור דווקא אַ רײַכע.
כּדי צו פֿײַערן די קולטורעלע דערגרייכונגען פֿון די מעקסיקאַנער ייִדן אויף ייִדיש, אָרגאַניזירט „די ייִדישע שטוב אין מעקסיקע“ צוזאַמען מיט דער שיל ”כוסטאָ סיעראַ“ און דעם „מעקסיקאַנער ייִדישן ספּאָרט־צענטער“ אַ פּראָגראַם וואָס הייסט „ייִדישע פּעניאַ“. (דאָס וואָרט ”פּעניאַ“ מיינט אויף שפּאַניש אַ קרײַז ענטוזיאַסטן אָדער אַ טרעפֿונג פֿון אַזאַ גרופּע.)
אין דער פּראָגראַם, וואָס וועט טראַנסמיטירט ווערן דורך פֿייסבוק, וועט אַן אינטערנאַציאָנאַלע גרופּע זינגער און אַקטיאָרן אויפֿטרעטן מיט לידער, דערציילונגען און סקיצעס, וואָס מע האָט געשאַפֿן אין מעקסיקע אויף ייִדיש במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע הונדערט יאָר. מע וועט אויך פֿאָרשטעלן לידער פֿון אַרגענטינע און בראַזיל.
די פּראָגראַם, אויף ייִדיש מיט שפּאַנישע אונטערקעפּלעך, וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 24סטן מײַ, 6:30 אין אָוונט ניו־יאָרקער צײַט (5:30 אין אָוונט אין דער מעקסיקאַנער הויפּטשטאָט).
נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.