Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿון פֿאָרווערטס אַרכיוו: „בײַם דאַוונען“Forverts Archive: “Davening”

אַן אַלטע ייִדענע, אַ נײַע אימיגראַנטקע, באַקלאָגט זיך אויף אירע קרובֿים, וואָס האָבן זיך אַמעריקאַניזירט.

ליאַלאַ קויפֿמאַן, אַ טאַלאַנטירטע שרײַבערין און זשורנאַליסטקע וואָס האָט במשך פֿון 40 יאָר באַשריבן אינעם פֿאָרווערטס די איבערלעבונגען פֿון דורות ייִדישע אימיגראַנטן און זייערע אַמעריקאַנער קינדער, ווערט הײַנט דערמאָנט בלויז ווי אַ הערה צוליב אירע מער באַקאַנטע קרובֿים. איר טאַטע איז געווען שלום ראַבינאָוויטש, בעסער באַקאַנט ווי שלום־עליכם, און איר טאָכטער — די באַרימטע אַרמעריקאַנער שרײַבערין, בעל קאַופֿמאַן.

ליאַלאַ קאַופֿמאַן, וואָס האָט אָנגעשריבן הונדערטער אַרטיקלען און מער ווי 2,000 גאָר קורצע דערציילונגען, וואָס זי האָט באַצייכנט ווי סקיצעס, איז געווען איינער פֿון די פּאָפּולערסטע פֿאָרווערטס־שרײַבער פֿון די 1920ער יאָרן ביז די 1960ער. איין סיבה פֿאַר וואָס זי איז כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן איז ווײַל אירע ווערק זײַנען ניט גרינג צו געפֿינען. מע האָט קיינמאָל ניט אַרויסגעגעבן קיין זאַמלונג פֿון אירע דערציילונגען און מע האָט אירע ווערק ניט איבערגעזעצט אויף ענגליש. ס׳איז טאַקע אַ שאָד, ווײַל זי איז געווען אַ טאַלאַנטירטע שרײַבערין, וועמענס קורצע דערציילונגען וואָלטן הײַנט זיכער געפֿונען אַן עולם אויף ענגליש. איר סטיל איז ענלעך אויפֿן אַמעריקאַנער שרײַבער אָ. הענרי און דעם רוסישן מײַסטער אַנטאָן טשעקאָוו, וואָס זייערע דערציילונגען ענדיקן זיך אָפֿט מיט אַן אומגעריכטן סוף.

די דאָזיקע דערציילונג, „בײַם דאַוונען“, איז לכתּחילה געדרוקט געוואָרן דעם 4טן אַפּריל 1929. אויף ענגליש איז זי דערשינען ווי אַ טייל פֿון דער פֿאָרווערטס־אַנטאָלאָגיע Have I Got a Story for You אין 2016 אין רייזע טורנערס איבערזעצונג.

דזשאָרדין קוציק

„בײַם דאַוונען“

שׂרה־פֿייגע, ווי מען פֿלעגט זי רופֿן אין דער אַלטער היים, און דאָ אין אַמעריקע — מיסעס מערילס, איז דעם פֿרימאָרגן אויפֿגעשטאַנען אין אַ באַזונדערס שלעכטער שטימונג. אָט שוין אַ סך, אַ סך טעג אַז זי שטייט אויף פֿון שלאָף אַזאַ בייזע, אַ זויערע, אַ פֿאַראומערטע. און וואָס זאָל מען לייקענען — כּמעט די גאַנצע צײַט וואָס זי איז דאָ אין אַמעריקע, אָט שוין כּמעט אַ יאָר, כּמעט פֿון דעם ערשטן טאָג אָן, איז איר געמיט שווער: ס׳איז איר דאָ ניט געפֿעלן געוואָרן. וואָס? ווייסט זי אַליין אויך ניט. אַלע אַרומיקע זײַנען, דאַכט זיך, אייגענע מענטשן, לײַבלעכע — און פֿאָרט… די שנור ליזע איז, דאַכט זיך, די זעלבע דיקע, גוטע, נאַרישע לאהקע — און דאָך עפּעס ווי ניט די זעלבע. זי איז דאָ עפּעס ווי קליגער געוואָרן, און דאָס בייזערט דער אַלטער. דאָרט, אין דער אַלטער היים, פֿלעגט זי קוקן דער שוויגער אין די אויגן אַרײַן, מיט דרך־ארץ: „שוויגער, ווי מיינט איר?“, „שוויגער, ווי געפֿעלט דאָס אײַך?“. און דאָ איז איר „שוויגער, שוין ניט דאָס, ניט דאָס…“, „שוויגער, איר ווייסט דאָס ניט, דאָ איז אַנדערש…“, „שוויגער, דאָ טוט מען ניט אַזוי…“ און עפּעס אַ חוזק הערט זיך דער אַלטער שׂרה־פֿייגען אין דעם איצטיקן וואָרט „שוויגער.“

און טאַקע באמת: די קלוגע שׂרה־פֿייגע איז דאָ פּלוצלינג געוואָרן עפּעס אַ נאַרעלע. וואָס זי זאָל ניט זאָגן — לאַכן די קינדער. דער עלטערער לאָזט אַראָפּ די אויגן און מאַכט אַזאַ פּנים, ווי ער וואָלט זיך מיט עפּעס געוואָרגן, און דער ייִנגסטער פּאָרסקעט אָפֿן אין פֿויסט אַרײַן און שטיקט זיך פֿאַר געלעכטער, כאָטש דער זון בעני קוקט אויף זיי מיט אַ שטרענגן בליק. שׂרה־פֿייגען דאַכט זיך, אַז אויך בײַ בענין שפּילן דעמאָלט אין די אויגן עפּעס שפּאָטישע פֿײַערלעך… יאָ, מיט אַ מאָל נאַריש געוואָרן די קלוגע שׂרה־פֿייגע! מיט אַ מאָל האָט מען אָנגעהויבן אָפּצולאַכן פֿון דער אַלטער מאַמען מיטן טיכל אויפֿן קאָפּ, ווי נאָר זי איז אַראָפּ פֿון דער שיף.

און צו וועלכע רוחות איז זי גאָר געקומען צו זיי? ווער באַדאַרף איר דאָ? וואָלט זיך בעסער אויסגעלעבט די יאָרן אין איר היימיש שטעטל. נו, און אַז דער טאַטע איז געשטאָרבן און זי איז פֿאַרבליבן אַליין — איז וואָס? זי איז דאָרט גאָרניט געווען אַזוי עלנט. דאָס גאַנצע שטעטל קען זי, און האַלט זי בכּבֿוד. און דאָ וואָס? עס קומען זיך צונויף צום זון און צו דער שנור געסט — אַ „פּאַדי“ (שׂימחה) הייסט עס בײַ זיי — אַלץ עפּעס אַזעלכע… ניט קיין ייִדן און ניט קיין גויים, ווייסט זיי דער רוח ווער זיי זײַנען. מען קען דען בײַ זיי דערגיין אַ טאָלק? אַז אַפֿילו ייִדיש פֿאַרשטייען ניט אַלע! מער פֿון אַלץ פֿאַרדריסט איר אויף יענער אַלטער יאַכנע, אָט יענע טרייפֿנאַטשקע מיט דעם געשוירענעם „קעפּעלע“, ווייס זי דער רוח ווי מען רופֿט זי בײַ איר „שמייליגן“ נאָמען, מאַכט פֿון זיך אַ גאַנצע „ריסטאָקראַטקע“ און רופֿט שׂרה־פֿייגען ניט אַנדערש ווי „מיסעס מערליס“ און זי, שׂרה־פֿייגע, וואָלט געמעגט שווערן, אַז אין דער אַלטער היים האָט יענע געטראָגן אַ פּאַרוק.

דער זון, בעני, גיט איר צו פֿאַרשטיין, אַז יעדע מדינה און יעדעס לאַנד האָט זיך זײַנע מנהגים און אַז יענע „טרייפֿנאַטשקע“ פֿירט אַ כּשרע קיך. אַן אמתע מעשׂה! שׂרה־פֿייגע וואָלט בײַ איר אַפֿילו קיין גלאָז טיי ניט געטרונקען! אַפֿילו בײַ איר אייגענער שנור פֿירט זי דאָך איר באַזונדערע קיך, מישט זיך ניט מיט יענער. עפּעס האָט זי קיין צוטרוי ניט צו די אַלע גלעזעלעך און סלויעלעך ווי פֿון אַן אָפּטייק, מיטן אויפֿשריפֿט „כּשר“. ניין, זי גלייבט ניט.

שטייענדיק בײַם דאַוונען יעדן פֿרימאָרגן מיטן היימישן „קרבן־מנחה“-סידור אין די הענט, בעט שׂרה־פֿייגע בײַ גאָט, ער זאָל איר מוחל זײַן אויב עפּעס איז ניט אַזוי כּשר בײַ זיי: ס׳איז דאָך אַמעריקע!

אָבער אַ מאָדנע זאַך! אַפֿילו דאָס דאַוונען איז אויך ניט דאָס וואָס אין דער היים. די תּפֿילה איז אויך עפּעס אַ פֿרעמדע. אפֿשר דערפֿאַר, וואָס זי איז שטענדיק אין כּעס, צי אפֿשר דערפֿאַר, וואָס דאָס צימער וווּ זי דאַוונט אַצינד, איז אַזוי ניט ענלעך צו יענעם, וווּ זי איז אַלע יאָרן געוווינט געווען צו דאַוונען אין דער אַלטער היים. זי באַמיט זיך צו דאַוונען מיט כּוונה, נאָר זי קען ניט. קעגן איר ווילן לויפֿן די אויגן איבער מיט אומצופֿרידנקייט פֿון איין קעגנשטאַנד צום אַנדערן (צו וואָס האָט מען געדאַרפֿט אויסברענגען אַזוי פֿיל געלט?) און דאָס האַרץ שטעלט זיך אָפּ אויף דעם שפּיגל פֿון דרעסער (קאַמאָד). צו וואָס באַדאַרף אַן אַלטע ייִדענע האָבן אַ שפּיגל? מע מאַכט, מן־הסתּם, חוזק פֿון איר…). מיט באַשולדיקונג און מיט האַרצווייטיק קוקט זי אַרויס דורך דעם פֿענצטער, וווּ ייִנגלעך לויפֿן אַרום אויף דער גאַס, טומלען און שרײַען — אַזאַ הפֿקרות! אַזאַ אויסגעלאַסנקייט! און ס׳קומט איר אויף דער מחשבֿה דאָס ליבע, אַלטע היימישע געסל מיטן שטויב און מיט דעם שטענדיקן בלאָטקעלע אין דער מיט… און דאָס האַרץ ווערט צונויפֿגעפּרעסט, ווי פֿון קעלט. און שטעכיקע טרערן קאַפּן אויף דעם אַלטן סידור, אַלע אותיות גיסן זיך צוזאַמען און שׂרה־פֿייגע קען שוין גאָרניט זען אין סידור. מאָדנע, וואָס אַפֿילו דער סידור אַליין, איר אַלטער קרבן־מנחה־סידור, פֿון וועלכן זי דאַוונט שוין אַזוי פֿיל יאָרן, — אויך דער סידור איז געוואָרן עפּעס אַן אַנדערער. ער קוקט אויס עפּעס פֿרעמד אָט דאָ אין דער פֿרעמדער סבֿיבֿה. אַזאַ אַלטער! דאָרט האָט ער גאָר ניט אויסגעזען אַזוי אַלט!

„שוויגער! איר וואָלט שוין באַדאַרפֿט אַ נײַעם סידור,“ האָט איינמאָל די שנור אַ זאָג געטאָן פֿאַרבײַגייענדיק. אָבער שׂרה־פֿייגע האָט אויף איר נאָר אַ וואָרף געטאָן אַ מבֿטלדיקן בליק און זיך גאַנץ הויך אָפּגערופֿן: „געווען אַ נאַר און געבליבן אַ נאַר…“ און איבערבלעטערנדיק מיט אירע דאַרע פֿינגער אַ בלעטל נאָך אַ בלעטל, דאַוונט זי, די אַלטע שׂרה־פֿייגע, דאַוונט.

און וואָס מער זי דאַוונט, אַלץ מער זאַמלט זיך צונויף אין איר האַרצן אַ טרוקענע, אַלטע פֿאַרביטערקייט און בייזקייט. אויף וועמען? אויף אַלע… אויף דער נאַרישער שנור און אויף דעם זון בעני, אויף דעם שפּיגל פֿון דרעסער, אויף יענער יאַכנע, ווייסט זי דער רוח ווי זי הייסט דאָרטן, און אפֿשר אויך אויף דעם רבונו־של־עולם אַליין, וואָס ער האָט זי אויף דער עלטער פֿאַרלאָזן אַן עלנטע… ניין, זי וועט דווקא יאָ דאַוונען! זיי אַלעמען אויף צו־להכעיס וועט זי דווקא דאַוונען! זאָלן זיי לאַכן פֿון איר, אָבער דאָס אַוועקצונעמען פֿון איר וואַגט קיינער ניט. דאָס איז אירס!

„ניין, דאָס וועל איך אײַך ניט אַוועקגעבן! דאָס איז מײַנס!“

און די בלויע ליפּן שעפּטשען גיך גיך די אויסגעדראָשענע ווערטער פֿון דער תּפֿילה, וואָס דערפֿרישט ניט די נשמה, נאָר צערייצט זי נאָך מער.

און פּלוצלינג, ווי זי וואָלט זיך מיט אַ מאָל דערמאָנט און געפֿונען ענדלעך די נייטיקע ווערטער, הייבט שׂרה־פֿייגע אויף צו דער סטעליע אירע טריבע אויגן און מיט אַן אויפֿריכטיקן געפֿיל פֿון גאַנצן האַרצן, רעדט זי אַרויס מיט התלהבֿות, ווענדנדיק זיך צו גאָט אַליין:

„רבונו של עולם! רבונו של עולם! זאָל אויף זיי אַלעמען קומען אַ מיתה משונה!“

און דערפֿילט מיט אַ מאָל, אַז אַ שטיין איז איר אַראָפּ פֿון האַרצן און ס׳איז איר גרינגער געוואָרן…

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version