ווידעאָ: טשילענער ליד „אַ דאַנק דיר מײַן לעבן“ — געזונגען פֿון ראָמאַן גרינבערגWATCH: Chilean classic ‘‘Gracias a la vida’’ sung in Yiddish by Roman Grinberg
די נײַע איבערזעצונג ברענגט אַ ייִדישן טעם צו וויאָלעטאַ פּאַראַס שלאַגער פֿון 1967.
די קאָנצערט־סעריע „סטעפּ־פֿאָרווערטס“ גיט ייִדישע זינגער אַ געלעגנהייט אויסצופֿירן נײַע לידער פֿאַרן ברייטן עולם, ניט געקוקט אויפֿן קאָראָנאַ־ווירוס־קריזיס.
לעצטנס האָט דער בעסעראַבער דערצויגענער זינגער און דירעקטאָר פֿונעם ווינער ייִדישן כאָר ראָמאַן גרינבערג געזונגען ווי אַ טייל פֿון דער סעריע זײַן נײַע ייִדישע איבערזעצונג פֿונעם פּאָפּולערן טשילענער ליד Gracias a la vida. דאָס ליד, פֿון וויאָלעטאַ פּאַראַ, האָט די פֿאָלקזינגערין דזשאָן באַעז פּאָפּולאַריזירט אין אַמעריקע. איר נוסח קען מען הערן דאָ: