ייִדישע ווערטער פֿון דער וואָך: דער צענזוסYiddish words of the week: The census
די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט ווידעאָס און רעקלאַמעס אויף ייִדיש וואָס ווײַזן ווי אויסצושטעלן דעם צענזוס.
די טעג פֿירט די אַמעריקאַנער רעגירונג דורך דעם צענזוס, וואָס מע מאַכט אַלע צען יאָר. דורך די דאַטן פֿונעם צענזוס באַשליסט מען וויפֿל קאָנגרעסלײַט רעפּרעזענטירן אַ שטאַט און וויפֿל פֿינאַצירונג לטובֿת הכּלל עס באַקומט יעדע שטאָט.
הײַיאָר גיט מען ספּעציעל אַכטונג אויף דעם, אַז די ייִדיש־רעדנדיקע חסידים זאָלן אויסשטעלן דעם צענזוס. מע האָט פֿאַר זיי אַרויסגעלאָזט ווידעאָס און רעקלאַמעס אויף ייִדיש, און דער Forward האָט אויסגעפֿאָרשט די פּראָבלעם, אַז אַ סך פֿרומע ייִדן שטעלן, ניט אויס דעם בויגן. בײַ זיי איז דער פּראָצענט אָפּרופֿן אויפֿן צענזוס זייער אַ שוואַכער.
אַ ווידעאָ פֿונעם צענזוס־ביוראָ אויף ייִדיש קען מען זען דאָ:
און אָט איז אַ פּרטימדיקער וועגווײַזער, וואָס גיט צו פֿאַרשטיין ווי אַזוי צו ענטפֿערן אויף יעדער פֿראַגע.
די אויבן דערמאָנטע טערמינען פֿאַרבונדן מיטן צענזוס זענען טייל פֿון אַ רשימה ווערטער און אויסדרוקן אַרויסגעלאָזט פֿון דער ייִדיש־ליגע. כּדי צו לייענען די גאַנצע רשימה, גיט אַ קוועטש דאָ.