Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

נײַ בוך אַנאַליזירט ענלעכקייטן פֿון ייִדישן און ישׂראלישן קינאָNew book explores similarities between Yiddish and Israeli cinema

ביידע סאָרטן פֿילמען האָבן זיך פֿאַרנומען מיט דער וואַקלעניש צווישן טראַדיציע און מאָדערניזם בײַ די אימיגראַנטישע ייִדישע משפּחות.

דאָס ערשט דערשינענע בוך פֿון נוגית אַלטשולער, „קאַרנאַוואַל און זײַן היפּוך‟, וועט דערפֿרייען אַ סך ליבהאָבער פֿון ייִדישן און ישׂראלישן קינאָ, ווײַל עס ברענגט צונויף די צוויי וועלטן, וועלכע ווערן געוויינטלעך פֿאָרגעשטעלט אין גאַנצן באַזונדער. 

דאָס בוך גיט אַן איבערבליק פֿון די ייִדישע פֿילמען געשאַפֿענע בעיקר אין פּוילן און אַמעריקע פֿאַרן חורבן און די ישׂראלישע פֿילמען געשאַפֿענע אָנהייבנדיק פֿון די 1960ער יאָרן ביזן יאָר 2000 — בקיצור, אַ פּאַנאָראַמיש בילד פֿון אָט דער קונסט־מעדיאַ, וואָס ווײַזט אָן אויף די געמיינזאַמע יסודות פֿון ביידע רעפּערטואַרן און באַניצט זיך מיט אַ טעאָרעטישן באַגריף — דעם קאַרנאַוואַל — ווי אַ שליסל צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי די דאָזיקע שאַפֿונגען שפּיגלען אָפּ צוויי פֿאַרשידענע געזעלעשאַפֿטן און ווי אירע לעבעדיקע קאָמפּאָנענטן קומען זיך צונויף אין אומצאָליקע סיטואַציעס.   

אַלטשולער באַנוצט זיך מיטן באַגריף קאַרנאַוואַל ווי דער רוסישער אַנטראָפּאָלאָג מיכאַיִלֹבאַכטין האָט עס געניצט אין זײַן אַנאַליז פֿון דער דאָזיקער דערשײַנונג אין מיטל־אַלטער. דער קאַרנאַוואַל איז די הילולא וואָס ברעכט היעראַרכיעס; אַלץ ווערט איבערגעדרייט, עס ברעכן זיך די קלאַסן־גרענעצן צווישן הויכער און נידעריקער קולטור, צווישן די רײַכע און די אָרעמע, און די באַטייליקטע אין קאַרנאַוואַל קאָנען במשך פֿון אַ באַשטימטער צײַט פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון גלײַכקייט און אַחדות. יעדער איינער קאָן זען די ווירקלעכקייט דורך די אויגן פֿונעם אַנדערן און מ’קאָן בעסער פֿאַרשטיין די קאָמפּליצירטקייט פֿון מענטשלעכן קיום.  

נוגית אַלטשולער איז געבוירן געוואָרן אין ישׂראל און אירע עלטערן זענען אויך סאַברעס. איר ערשטע באַקאַנטשאַפֿט מיט ייִדיש איז געשען אין איר קינדהייט דורכן פֿילם „די צוויי קוני לעמל‟. די טיפֿערע באַציונג מיט ייִדיש איז אָבער פֿאָרגעקומען שפּעטער דורך פּראָפֿ׳ מאַרקוס זילבער, איר עצה־געבער ווען זי האָט געזוכט אַ טעמע פֿאַר דער מאַסטער־טעזע. זילבער האָט איר פֿאָרגעלייגט צו שרײַבן וועגן ייִדישן קינאָ. אַזוי אַרום האָט זי זיך אויך געלערנט ייִדיש און איז פֿאַרכּישופֿט געוואָרן פֿון דער קולטור־שאַפֿונג אויף מאַמע־לשון. אַלטשולער האָט דאַן פֿאַרשטאַנען ווי לעבעדיק און מאָדערן איז די דאָזיקע קולטור. נישט משפּחה־נאָסטאַלגיע האָט זי צוגעצויגן צו אָט דער וועלט, נאָר דער ווילן זי אויסצופֿאָרשן און אַנטפּלעקן ווי זי איז און ווי שטאַרק זי ווירקט אויפֿן לעבן אין ישׂראל.

ווי דאָס קעפּל פֿון איר בוך ווײַזט אָן, אַנאַליזירט זי גראַדע דעם פּאָפּולערן פֿילם. הייסט עס, אַז אַזעלכע קלאַסישע ווערק ווי „דער דיבוק‟ אָדער „דער גולם‟ ווערן ניט אַרײַנגענומען אין איר פֿאָרשאַרבעט. און דאָך ווערט איר אַנאַליז וועגן פּאָפּולערן פֿילם געפֿירט סײַ מיט וויסנשאַפֿטלעכע כּלים און סײַ מיט גרויסער ליבשאַפֿט און סענסיטיווקייט.

ווען אַלטשולער פֿאַרגלײַכט ייִדישע און העברעיִשע פֿילמען פֿון די 20ער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט, ווײַזט זי אָן, אַז סײַ אין גלות סײַ אין ישׂראל האָט מען זיך פֿאַרנומען מיט דער וואַקלעניש צווישן טראַדיציע און מאָדערניזם, אָבער אין ישׂראל, זענען די פֿילמען געווען מאָביליזירט לטובֿת דעם חלוצישן מוסטער און דער העברעיִשער שפּראַך. אין די 60ער יאָרן אָבער זענען די אָ פֿילמען געוואָרן ענלעכער צו די ייִדישע שאַפֿונגען. אין איר פֿאַרגלײַך־שטודיע, קאַנצענטרירט זיך אַלטשולערס בוך אויף די אידענטיטעט־זוכענישן אין אַ זיך בײַטנדיקער וועלט. אפֿשר וואָלט מען געדאַרפֿט באַמערקן, אַז צוליב די עטנישע אַנדערשקייטן פֿון די פּערסאָנאַזשן אין די ישׂראלישע פֿילמען, זײַנען זיי ווייניקער האָמאָגעניש ווי די ייִדישע פֿילמען, ניט געקוקט אויף די פֿאַרשידענע דיאַלעקטן בײַ ייִדיש־רעדער. ביידע סאָרט שאַפֿונגען, די ייִדישע און העברעיִשע, געהערן צו אימיגראַנטישע תּקופֿות. אין די 1990ער יאָרן האָט מען אין ישׂראל ווידער געשאַפֿן אַ כוואַליע פֿון אימיגראַציע־פֿילמען, וואָס ווערן באַצייכנט ווי „בורעקאַס מאוחר‟, שפּעטערדיקע בורעקאַס.

אַחוץ דעם וואָס אַלטשולער לערנט ליטעראַטור אין חיפֿהר אוניווערסיטעט, איז זי אויך אַן אַרכיטעקטין, אַ גראַדויִרטע פֿונעם טכניון. אַ רמז דערפֿון זעט מען אין איר דראַנג צו געבן אַ פּאַנאָראַמיש בילד וואָס אַנטהאַלט די קינאָ־שאַפֿונג אין ייִדיש און אין העברעיִש. עד־היום, פֿון דעם וואָס איך ווייס, זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן פֿילצאָליקע אַרטיקלען וועגן העברעיִשע אָדער ייִדישע פֿילמען, נאָר דאָס איז ס’ערשטע מאָל ווען ביידע סוביעקטן ווערן צונויפֿגעבראַכט און ס’ווערט צווישן זיי געשאַפֿן אַ חידושדיקע, אָריגינעלע פֿאַרבינדונג. 

צווישן די ייִדישע פֿילמען וועלכע ווערן פּרטימדיק באַהאַנדלט אין בוך געפֿינט מען „מזרח און מערב‟ (פּוילן, 1923, מיט יעקב קאַליש און מאָלי פּיקאָן); „ייִדל מיטן פֿידל‟ (אַמעריקע, 1936, מיט מאָלי פּיקאָן און יעקב קאַליש) און „אַמעריקאַנער שדכן‟ (אַמעריקע, 1940 מיט לעאָ פֿוקס). דער ייִדישער פֿילם האָט באַהאַנדלט פֿראַגעס פֿון קריסטאַליזאַציע פֿון די מאַנצבילשע און פֿרויִישע אידענטיטעטן. די חשיבֿות וואָס ווערט אָפּגעגעבן דער ייִדישער חתונה שפּיגלט אָפּ די סיטואַציע אין וועלכער ס’געפֿינט זיך די ייִדישע געזעלשאַפֿט, סײַ אין פּוילן און סײַ אין אַמעריקע. ס’האַנדלט זיך וועגן דער שוועריקייט, אַ מאָל אַפֿילו די אוממעגלעכקייט חתונה צו האָבן און דעריבער מוזן די העלדן דורכמאַכן אַ מעטאַמאָרפֿאָזע כּדי זוכה זײַן צו דער באַגערטער ליבע. פֿאַר די צוקוקער איז דער ייִדישער פֿילם געווען אַ פּערזענלעכער און קאָלעקטיווער חלום ביז ס’איז באַשלאָסן געוואָרן ווער דער באַשערטער אָדער די באַשערטע וועט זײַן.

אויב איך וואָלט געדאַרפֿט אויסקלײַבן צווישן ליטעראַטור און קינאָ, וואָלט דער ענטפֿער געווען ליטעראַטור. אַלטשולער, וואָס אַמטירט ווי די קונסט־דירעקטאָרין פֿונעם יערלעכן קינאָ־פֿעסטיוואַל אין חיפה, און איר בוך, האָבן מיך איבערצײַגט, אַז דער אַרײַנבליק אין דער קינאָ־קונסט קאָן טראָגן אַ טיפֿן און אַקטועלן באַטײַט. אַזאַ בוך דאַרף מען איבערזעצן אויף ענגליש. דאָס וועט שאַפֿן אַ לעבעדיקע בריק און קרובֿהשאַפֿט צווישן די ייִדישע און אַמעריקאַנער איבערלעבונגען.

מאָנטיק, דעם 3טן אויגוסט 2020, 18.00 אַ זייגער וועט דורך זום פֿאָרקומען אַ פּרעזענטאַציע פֿון דעם בוך מיט דער באַטייליקונג פֿון דער מחברטע, ווי אויך דער קוראַטאָר אין בית התּפֿוצות־מוזיי און דאָקומענטאַריסט, אסף גלאי; דער היסטאָריקער פּראָפֿ׳ מאַרקוס זילבער (חיפֿהר אוניווערסיטעט) און דער היסטאָריקער און קאָמנוקאַציע־לעקטאָר עוזי אלידע (חיפהער אוניווערסיטעט). כּדי זיך צו רעגיסטרירן אויף דער אונטערנעמונג, גיט אַ קוועטש דאָ

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version