Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די חסידישע עדה איז נישט קײן אײנהייטלעכע, בפֿרט וואָס שייך קאָװיד־19The Hasidic community isn’t unified, especially in the Covid-19 era

מע טאָר זיך נישט יאָגן נאָך האַלב־דערבאַקענע אױספֿירן, נאָר פֿאַרקערט: פֿרעגן די חסידים אַליין װאָס זײ טראַכטן און פֿילן.

נעכטן זײַנען אױסגעבראָכן מהומות אין באָראָ־פּאַרק, וווּ חסידים האָבן פּראָטעסטירט קעגן די נײַע באַגרענעצונגען וואָס גאָװערנאָר אַנדרו קואָמאָ האָט געהייסן אײַנפֿירן אין חסידישע און אַנדערע געגנטן כּדי אײַנצוצאַמען די פֿאַרשפּרייטונג פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס. די דאָזיקע באַגרענעצונגען זײַנען אַן אָפּרוף אױפֿן נײַעם אויפֿשטײַג פֿון דער צאָל מענטשן וואָס האָבן זיך אָנגעשטעקט מיטן קאָראָנאַ־ווירוס אין טײלן ניו־יאָרק.

נאָך אַזוינע שטורמישע געשעענישן, בפֿרט בימי פּאַנדעמיק, הערן זיך אָפֿט מאָל מײנונגען פֿון פֿריש־אױסגעבאַקענע מומחים װעגן „יענע“. דאָס וואָרט „יענע‟ נעמט אַרײַן יחידים, גרופּעס, ראַסעס אָדער געזעלשאַפֿטן װאָס פֿירן זיך כּלומורשט נישט אױף ריכטיק און גראָבן אונטער דאָס גאַנצע לאַנד מיט אַזאַ פֿירעכץ.

אױך װעגן חסידים פֿעלן נישט קיין מײנונגען און פֿאַרטיקע דערקלערונגען פֿאַר װאָס „זײ“ פֿירן זיך אױף אַזױ. עס פֿעלן נישט קײן ברײטע גענעראַליזאַציעס װעגן חסידים און זײער לעבן־שטייגער, און װי אַזױ דאָס האָט דערפֿירט צום גרױסן קלאַפּ װאָס קאָװיד־19 האָט זײ דערלאַנגט.

געוויסע מענטשן טענהן, צום בײַשפּיל, אַז חסידים װײסן נאָר פֿון זיצן און לערנען; װײסן גאָר נישט פֿון װיסנשאַפֿט, און זײַנען נישט אױפֿגעהאָדעװעט צו פֿאַרשטײן די באַציִונגען מיט דער אַרומיקער געזעלשאַפֿט.

צוריקגערעדט, זענען אויך פֿאַראַן די װאָס טרעטן אַרױס קעגן דעם גאָװענאָרס געזעצן, קעגן דעם פֿאַרמאַכן שולן, שילן און בתּי־מדרשים, און זאָגן אַז מע זאָל לאָזן די חסידים צו רו. זײ װילן נישט טראָגן קיין מאַסקעס װײַל זײ האָבן פֿאַרשטאַנען — מיט רעכט אָדער בטעות — אַז די ערשטע כװאַליע קאָװיד־19 האָט זײ באַזאָרגט מיט אַ געװיסער מאָס אימוניטעט.

מע דאַרף אָבער זיך היטן פֿאַר אַזוינע גענעראַליזאַציעס װעגן חסידים. די חסידישע געזעלשאַפֿט איז נישט קײן אײנהײטלעכע. אין די נעכטיקע מהומות האָבן זיך באַטײליקט אַנטי־מאַסקע־חסידים, און מאַסקעס זײַנען טאַקע פֿאַרברענט געװאָרן אױפֿן מיטן גאַס. צוריקגערעדט, האָט, צום ווייניקסטן, אײן חסיד זיך אַרײַנגעמישט כּדי צו פֿאַרטײדיקן די מיטלען לטובֿת עפֿנטלעכן געזונט. פֿאַר זײַנע טובֿות איז ער צעממיתט געװאָרן.

הײסט עס, אַז די אומרוען אין באָראָ־פּאַרק האָבן אין תּוך אָפּגעשפּיגלט די איצטיקע חילוקי־דעותן און מחלוקתן פֿון חסידישן לעבן אַליין.

די קאַטעגאָריע „חסידים“ איז כּולל פֿאַרשײדענע טיפּן חסידות, פֿאַרשטײט זיך, װי אױך יחידים און גרופּעס מיט פֿאַרשײדענע צוגאַנגען צו װיסנשאַפֿט, מעדיצין, געזונט, דער רעגירונג און זײער אייגענער געזעלשאַפֿט.

ס׳איז װיכטיק אונטערצושטרײַכן, אַז דאָס לעבן בײַ חסידים, װי דאָס לעבן בײַ יעדער אַמעריקאַנער גרופּע, איז אַ לעבן נישט פֿון אײנצלנע יחידים, נאָר פֿון די מיטגלידער פֿון אַ גאַנצער געזעלשאַפֿט. מע דאַרף זיך אַרײַנטראַכטן, וואָס מיינט דאָ אייגנטלעך דער באַגריף „כּוח‟? װער, למשל, האָט טאַקע כּוח אין דער חסידישער געזעלשאַפֿט, און װי אַזױ ווערט אַזאַ כּוח אױסגעדריקט אין די אָנגעשטרענגטע צײַטן?

די פֿראַגע איז נישט קײן פּשוטע נאָר ס׳איז גאָר װיכטיק. מע דאַרף פֿאַרשטיין די פּאָליטישע סיסטעמען װאָס מוטיקן ניט־געזונטע באַציִונגען צװישן די דערוויילטע פּאָליטיקער און די פֿאַרשײדענע עטנישע גרופּעס, אַרײַנגערעכנט חסידים, בפֿרט ווען דערוויילטע באַאַמטע העלפֿן אַרויס בלויז יענע װאָס האָבן זיי געשטיצט אין די וואַלן. דאָס אַלץ קומט פֿאָר אין אַ צײַט ווען אַלע בודזשעטן ווערן שטאַרק געשניטן. כאָטש די חסידישע משפּחות װערן נישט קלענער, װערט די שטיץ פֿון דער מלוכה דווקא קלענער. חסידישע אָרגאַניזאַציעס פֿונקציאָנירן אָפֿט בסוד; און ענטפֿערן נישט מיט קײן גיכקײט אױף די בקשות און באַדערפֿענישן פֿון חסידישע משפּחות וואָס שייך זייער פֿינאַנציעלן מצבֿ, דערציִונג און געזונט.

בשעת די אָרטיקע שטאַט־ און פֿעדעראַלע רעגירונגען צעטײלן און גראָבן אונטער אַמעריקאַנער בירגער אין אַ געיעג נאָך קלענערע בודזשעטן (שוין געוואָרן אַ מאָדע בײַ אַמעריקאַנער פּאָליטיקערס צו ווײַזן ווי ווײַט זיי זענען גרייט צו “שנײַדן”), װערט די חסידישע געזעלשאַפֿט אַליין אַלץ מער צעשפּאָלטן. צוליבן עקאָנאָמישן אָנשטרענג, װי אױך צוליב דעם ראַסיזם, פֿאַרשפּרייטן זיך איצט עקסטרעם־רעכטע השׂגות אין חסידישע קרײַזן, ווי למשל דעם פּאַראַנאָיִשן סקעפּטיציזם און קעגנערשאַפֿט לגבי די קאָװיד־רעקאָמענדאַציִעס. דאָס אַלץ גיסט זיך אַװדאי אױך צונױף מיטן װאַקסנדיקן אַנטיסעמיטיזם, געמוטיקט פֿון די מאַכטהאָבערס אין דער פֿעדעראַלער רעגירונג.

בלײַבן מיר איצט מיט אַ קאָמפּליצירטערן בילד פֿונעם גאַנצן ענין. נישט קײן לײַכטע גענעראַליזאַצעס, נאָר אַ צעשפּאָלטענע געזעלשאַפֿט פֿול מיט דרוק, אָנשטרענג, אינערלעכן און דרױסנדיקן קאָנפֿליקט אין אַ צײַט פֿונעם גרויסן אומגליק אין אַמעריקע און איבער דער וועלט, באַגלײט פֿון אַ קריזיס פֿון חסידישער אױטאָריטעט, דהיינו — די רביים און עסקנים האָבן שוין מער נישט קיין שליטה איבערן חסידישן עולם.

איך האַלט זיך ניט פֿאַר קײן מומחה אױף חסידים. אָבער יעדער פֿון אונדז װאָס אַרבעטן טאָג־טעגלעך בײַם פֿאָרשן און פּרוּװן אַרױסהעלפֿן מענטשן װײסן װי קאָמפּליצירט די אַרבעט איז געוואָרן. מע טאָר זיך נישט יאָגן נאָך האַלב־דערבאַקענע אױספֿירן, נאָר פֿאַרקערט: פֿרעגן די חסידים אַליין װאָס זײ טראַכטן און פֿילן, כּדי צו קענען היילן די וווּנדן פֿון זייער צעשפּאָלטענער און באַעװלטער געזעלשאַפֿט.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version