ייִדיש־רעדער ווערן געזוכט פֿאַר וואַקצין־איניציאַטיווSeeking Yiddish speakers for vaccine initiative
די תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ וויל העלפֿן אַלע לעבן געבליבענע פֿון חורבן באַקומען די אײַנשפּריצונג קעגן דעם קאָראָנאַ־ווירוס.
די תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ האָט לעצטנס לאַנצירט אַ קאַמפּאַניע צו העלפֿן דער שארית־הפּליטה באַקומען דעם וואַקצין קעגן דעם קאָראָנאַ־ווירוס און זוכט איצט ייִדיש־ אָדער רוסיש־רעדער צו דינען ווי פֿאָרשטייער פֿון דער מאַנשאַפֿט.
די אַרבעט פֿון די פֿאָרשטייער וועט זײַן איבערצוגעבן די אינפֿאָרמאַציע צו יענע עלטערע לײַט וואָס קענען נישט פֿליסיק ענגליש.
די אָנגעשטעלטע וועלן אָנקלינגען די עלטערע ייִדן כּדי זיך צו דערוויסן צי זיי נייטיקן זיך אין אַ באַשטעלונג צו באַקומען דעם וואַקצין קעגן קאָוויד־19. זיי וועלן אויך האַלטן אַ חשבון פֿון אַלע מענטשן מיט וועמען זיי האָבן שוין גערעדט דורכן אַרײַנגעבן די פּרטים אין דער דאַטן־באַזע. שפּעטער וועלן זיי זיך ווידער פֿאַרבינדן מיט די מענטשן, צו פֿאַרזיכערן אַז זיי האָבן שוין באַקומען ביידע וואַקצינען.
כּדי אָנצוגעבן אויף דער שטעלע, גיט אַ קוועטש דאָ