ווידעאָ: אַ ליד וועגן געפֿינען ליבע אויף דער עלטערWATCH: A song about finding love later in life
לוסעט וואַן דען בערג זינגט רחל קאָרנס „באַשערטקייט“ צו איר מאַן.
במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָט לוסעט וואַן דען בערג אַרויסגעלאָזט עטלעכע מוזיק־ווידעאָס, אין וועלכע זי זינגט די ווערק פֿון ייִדישע פּאָעטעסעס, וואָס שילדערן פֿאַרשידענע סטאַדיעס פֿון אַ פֿרויס לעבן.
כּדי אָפּצומערקן זעקס יאָר זינט זי האָט זיך באַקענט מיט איר מאַן, מיכיִעל, האָט זי געשאַפֿן מוזיק צו באַגלייטן רחל קאָרנס ליד, „באַשערטקייט“. אינעם ווידעאָ זינגט זי דאָס ליד פֿאַר מיכיִעל. די מוזיק מיט הויכע, שוועבנדיקע טענער, העלפֿט צו שאַפֿן אַ ראָמאַנטיש געפֿיל.
קאָרנס ליד שילדערט די געפֿילן פֿון אַ פֿרוי, וואָס פֿאַרליבט זיך אומדערוואַרטערהייט אויף דער עלטער. איר אייגענער ערשטער מאַן איז אומגעבראַכט געוואָרן אינעם חורבן און מע קען אינעם טעקסט געפֿינען רמזים אויף איר טראַגישער פֿאַרגאַנגענהייט. ניט געקוקט אויף דעם, איז דאָס ליד אַן אָפּטימיסטישס, וואָס דריקט אויס בטחון אין איר נײַער ליבע.