Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

שטודיע אַנטפּלעקט פּאָזיטיוו געפֿיל צו ייִדיש בײַ געוועזענע חסידיםStudy reveals positive attitude to Yiddish among former Hasidim

זעענדיק וויפֿל פֿאַרלאָזן די חסידישע וועלט, וואָלטן ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס געמעגט טאָן מער זיי צו באַקענען מיט דער וועלטלעכער ייִדיש־קולטור.

דעם 11טן מײַ האָט אלי בענעדיקט, אַ געוועזענער קאַרלין־סטאָלינער חסיד וואָס איז הײַנט אַ פֿאָרשער פֿון חסידיש ייִדיש, געהאַלטן אַ לעקציע אויף דער טעמע, „ייִדיש בײַ געוועזענע חרדים‟, אין די ראַמען פֿונעם גרויסן פֿאָרשפּראָיעקט וועגן דעם הײַנטצײַטיקן חסידישן ייִדיש בײַ „יוניווערסיטי קאָלעדזש לאָנדאָן‟ (UCL).

ווי אַ מיטפֿאָרשער אין דעם דאָזיקן פּראָיעקט האָט בענעדיקט געמאַכט אַ סך פֿון די לינגוויסטישע אינטערוויוען מיט די חסידישע אינפֿאָרמאַנטן. ער האָט אויך אויסגעפֿרעגט אַ גרויסע צאָל געוועזענע חסידים און חרדים וועגן זייער באַציִונג צו דער שפּראַך.

לויט די ענטפֿערס וואָס בענעדיקט האָט באַקומען פֿון זײַנע זיבעציק אינפֿאָרמאַנטן, האָבן די געוועזענע חרדים אַ מער פּאָזיטיוו געפֿיל פֿאַר ייִדיש ווי מע וואָלט געמיינט. די צאָל געוועזענע חרדים ווערט כּסדר גרעסער און בענעדיקט האַלט, אַז די צוקונפֿט פֿון דער שפּראַך ווענדט זיך אין אַ גרויסער מאָס אין דעם, ווי אַזוי די געוועזענע חרדים וועלן זיך באַציִען צו איר; למשל, צי זיי וועלן רעדן ייִדיש מיט זייערע אייגענע קינדער.

בענעדיקטן איז טאַקע געווען אַ חידוש , ווי אָפֿט די געוועזענע חרדים רעדן ווײַטער ייִדיש, אַפֿילו בעת זיי לעבן אין אַ העברעיִש־ אָדער ענגליש־רעדנדיקער סבֿיבֿה. נאָכן פֿאַרלאָזן די פֿרומע וועלט האָבן אַ סך אָפּגעפֿאָרענע ווײַטער קאָנטאַקט מיט משפּחה און פֿרײַנד, וואָס רעדן ייִדיש. אויף דער פֿראַגע, צי זיי וואָלטן גערעדט ייִדיש מיטן זיווג און מיט די קינדער, האָבן איבער אַ העלפֿט געענטפֿערט: יאָ, אָדער אפֿשר. אַ סך זאָגן, אַז זיי וואָלטן אַפֿילו געשיקט די קינדער אין אַ וועלטלעכער שול אויף ייִדיש, ווען אַזאַ זאַך וואָלט עקסיסטירט.

זייער פּאָזיטיווע באַציִונג צו ייִדיש האָט אַ גרויסן פּאָטענציאַל, ווײַל זינט די 1990ער יאָרן האַלט אין איין וואַקסן די צאָל אָפּגעפֿאָרענע. לויט דער אָרגאַניזאַציע „יוצאים לשינוי‟, וואָס אַרבעט מיט געוועזענע חרדים, גייען אַראָפּ פֿון דרך יעדעס יאָר אַן ערך 5.4% חסידים און 8.6% ליטווישע. צוליב דעם וואָס עס וואַקסט אַזוי גיך די צאָל חרדים בכלל, וועט די צאָל אָפּגעפֿאָרענע מסתּמא אויך שטײַגן במשך פֿון די קומעדיקע יאָרן און יאָרצענדליקער. אין ישׂראל פֿאַרטאָפּלט זיך די חרדישע באַפֿעלקערונג אַלע זעכצן יאָר, וואָס דאָס איז צוויי מאָל אַזוי גיך ווי די אַלגעמיינע באַפֿעלקערונג. דאָס הייסט, אַז בלויז במשך פֿון די קומעדיקע צען יאָר קאָנען אַן ערך 40,000 חרדים פֿאַרלאָזן די קהילה.

אמת, נאָר 10% ביז 15% פֿון די אָפּגעפֿאָרענע אין ישׂראל רעדן טאַקע ייִדיש. ס’רובֿ ליטווישע און ספֿרדישע חרדים רעדן נאָר העברעיש. אָבער די ציפֿערן זײַנען פֿאָרט געוואַלדיק גרויס, און אין אַמעריקע מסתּמא נאָך גרעסער, ווײַל דער פּראָצענט חסידים דאָ איז העכער. די אָנקומענדיקע פֿאַרפֿלייצונג אָפּגעפֿאָרענע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גאָלדענע געלעגנהייט פֿאַר די ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס צו העלפֿן אויספֿורעמען דאָס ייִדיש פֿון מאָרגן.

די באַציִונג פֿון געוועזענע חרדים צו ייִדיש איז אַזוי פּאָזיטיוו, האַלט בענעדיקט, אַז מע וואָלט געקענט שאַפֿן פֿאַר זיי אַן אייגן שטעטל מיט אייגענע שולן און אינסטיטוציעס, כּדי זיי זאָלן דאָרט קענען זיך אויסלעבן אויף ייִדיש. ווען די אָפּגעפֿאָרענע וואָלטן געלעבט, דער עיקר, צווישן זיך, וואָלט ייִדיש געווען די נאַטירלעכע ריידשפּראַך.

בענעדיקט האָט אויך באַמערקט, אַז אַ סך אָפּגעפֿאָרענע זײַנען אומבאַקאַנט מיט דער וועלטלעכער ייִדישער קולטור. ווען מע וואָלט זיי דערלאַנגט אַ באַנד שלום־עליכם צו לייענען אָדער פֿאַרבעטן אין ייִדישן טעאַטער אויף אַ פֿאָרשטעלונג, וואָלטן זיי געזען, וואָס פֿאַר אַן אוצר דאָס איז און זיי וואָלטן מסתּמא געוואָרן שטיצערס.

אַלע ייִדישיסטן, אַפֿילו אונדזערע ערגסטע פּעסימיסטן, וואָלטן געוואָלט גלייבן אין בענעדיקטס וויזיע. עס וואָלט אַפֿילו ניט געווען אַזוי שווער. עס עקסיסטירן שוין אָרגאַניזאַציעס צו העלפֿן די אָפּגעפֿאָרענע זיך צוצוגעוווינען צום וועלטלעכן לעבן ווי, למשל, „פֿוטסטעפּס‟. ווען די דאָזיקע אָרגאַניזאַציעס זאָלן אויך העלפֿן מיט שידוכים, וואָלט זיך איינס און צוויי — אָדער נאָך נײַן חדשים — געשאַפֿן אַ נײַער דור וועלטלעכע ייִדיש־רעדערס.

אָבער שוין פֿון לאַנג זעט מען, אַז עפּעס גייט דאָס נישט. זעלטן האָבן אָפּגעפֿאָרענע חתונה צווישן זיך. געוויינטלעך האָבן זיי חתונה מיט “פֿרעמדע”, וואָס רעדן ניט קיין ייִדיש. אויף וויפֿל איך האָב געזען, רעדן אַפֿילו אַזעלכע פּאָרפֿעלקער, וואָס קומען ביידע פֿון אַ חסידישער שטוב, אויך ענגליש צווישן זיך. נאָר די זעלטענע משפּחות, וואָס קומען אַרויס פֿון דער קהילה גאַנצערהייט און האָבן אַלע גערעדט ייִדיש פֿון פֿריִער, האַלטן ווײַטער אין רעדן ייִדיש ווען זיי ווערן אויס פֿרום.

ס’איז אויך שווער זיך פֿאָרצושטעלן אַ גאַנץ שטעטל פֿון אָפּגעפֿאָרענע. אַ סך ווערן אויס פֿרום דווקא ווײַל זיי ווילן זיך אינטעגרירן אין דער גרויסער נישט־ייִדישער וועלט און לעבן צוזאַמען מיט כּלערליי מענטשן. אַז זיי האָבן זיך שוין באַפֿרײַט פֿון איין שטעטל, ווילן זיי מסתּמא נישט וווינען אין אַ צווייטן.

פֿון דעסט וועגן וואָלט אָט דער ייִדיש־רעדנדיקער עולם אָפּגעפֿאָרענע חסידים געדאַרפֿט אַרויסרופֿן אַ טיפֿן אינטערעס בײַ די ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס וואָס שייך בילדונג. טויזנטער דאָלאַרן ווערן הײַנט אויסגעגעבן פֿאַר יעדן סטודענט, וואָס לערנט זיך די שפּראַך אויף עפּעס אַ קורס אָדער זומער־פּראָגראַם, כאָטש ווייניק פֿון די סטודענטן לערנען זיך אויס גענוג ייִדיש איבערצולייענען אַ בוך אָדער צו שרײַבן עסיי, שוין אָפּגערעדט — רעדן ייִדיש ווי אַ טאָג־טעגלעכע שפּראַך.

פֿון דער צווייטער זײַט, האָבן מיר די טויזנטער אָפּגעפֿאָרענע, וואָס, בדרך־כּלל, גייט אין ניוועץ זייער גאַנצע קענטשאַפֿט אין ייִדיש און ייִדישקייט. פֿאַר זיי, וואָס האָבן דעם גרעסטן פּאָטענציאַל, גיט מען נישט אויס קיין פּרוטה, כּדי זיי צו לערנען וועגן דער וועלטלעכער ייִדישער קולטור. דאָס איז אַ גרויסער פֿאַרלוסט פֿאַר דער ייִדיש־וועלט, ווײַל געוועזענע חרדים זײַנען על־פּי רובֿ אינטעליגענטע און שעפֿערישע פּערזענלעכקייטן, אָפֿט קינסטלערישע נשמות, וואָס טראַכטן „מחוץ דעם קעסטל‟.

איין אויסנאַם איז דער „ניו ייִדיש רעפּ‟־טעאַטער, וואָס אָרגאַניזירט קורסן ספּעציעל פֿאַר אָפּגעפֿאָרענע זיך אויסצולערנען ווי צו שפּילן אויף דער בינע. דער „פֿאָרווערטס‟ האָט צוגעצויגן אַ צאָל אָפּגעפֿאָרענע שרײַבערס אין משך פֿון די לעצטע יאָרן, וואָס דאָס איז אויך אַ מין שטיצע און אָנערקענונג. אָבער סך־הכּל האָבן די ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס געטאָן קנאַפּ וואָס, כּדי צוצויִען די אָפּגעפֿאָרענע, אין וועמען זיי וואָלטן געדאַרפֿט זען די בעסטע האָפֿענונג פֿאַר זייער ווײַטערדיקער עקסיסטענץ.

די אָרגאַניזאַציעס זײַנען אפֿשר נישט מסוגל צו שאַפֿן אַ שטעטל פֿאַר אָפּגעפֿאָרענע, אָבער קורסן און לעקציעס וועגן וועלטלעכע טעמעס, דיסקוסיע־פּראָגראַמען און אַרטיקלען ספּעציעל געצילט פֿאַר אָפּגעפֿאָרענע — דאָס קענען זיי יאָ. אַ בײַשפּיל דערפֿון קען מען זען בײַ דעם “יוטיוב”־קאַנאַל, OTD Manual (וועגווײַזער פֿאַר אָפּגעפֿאָרענע), וואָס נעמט אַרײַן ווידעאָס אויף ייִדיש פֿאַר געוועזענע חרדים, בפֿרט יענע וואָס ראַנגלען זיך מיט פּראָבלעמען נאָכן פֿאַרלאָזן די פֿרומע וועלט. פֿאַר וואָס קענען ניט זײַן מער אַזעלכע ווידעאָס און מאַטעריאַלן אויף ייִדיש? דאָס איז אונדזער אַלעמענס ענין.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version