פֿאָלקסבינע פּראַוועט 70סטן געבוירן־טאָג פֿון דירעקטאָר זלמן מלאָטעקFolksbiene celebrates 70th birthday of director Zalmen Mlotek
די פֿײַערונג אָנלײַן וועט צונויפֿברענגען אַן אַלוועלטלעכן אַנסאַמבל פֿון איבער 140 אַרטיסטן.
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש
סוף־יולי וועט די פֿאָלקסבינע, וואָס פּראַוועט שוין זײַן 106טן יאָר, האַלטן אַ בענעפֿיט־קאָנצערט אָנלײַן, לכּבֿוד דעם 70סטן געבוירן־טאָג פֿון איר לאַנגיאָריקן דירעקטאָר, זלמן מלאָטעק.
דער קאָנצערט, וואָס וועט צונויפֿברענגען 140 אַרטיסטן פֿון איבער דער וועלט, ווערט אויך באַצייכנט ווי אַ יום־טובֿ לכּבֿוד דעם וואַקסנדיקן אינטערעס צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, ווי מע קען זען דורך אַ צאָל אופֿנים: דאָס וואָס דער נײַער ייִדיש־קורס בײַ דואָלינגאָ האָט צוגעצויגן אַ פֿערטל מיליאָן סטודענטן; דורך דער פּאָפּולאַריטעט פֿון דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע־פּראָגראַם, „שטיסל‟, וואָס נעמט אַרײַן אַ סך דיאַלאָג אויף ייִדיש, און דורכן לאַנג־דויערנדיקן סוקצעס פֿון דער פֿאָלקסבינעס אייגענער פּראָדוקציע פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ אויף ייִדיש.
זלמן מלאָטעק איז געבוירן געוואָרן אין 1951 אין בראָנקס, נ״י, דער בכור פֿון יאָסל מלאָטעק, דער בילדונג־דירעקטאָר פֿונעם אַרבעטער־רינג און פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָר, און חנה מלאָטעק, די אָנגעזעענע אַרכיוויסטקע פֿון ייִדישע לידער, וואָס האָט, צוזאַמען מיט יאָסלען, אָנגעפֿירט מיט דער פֿאָרווערטס־רובריק, „פּערל פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור‟ און אַרויסגעגעבן דרײַ ייִדישע געזאַנגביכער. זלמנס ברודער, משה, איז אַ געוועזענער פּרעזידענט פֿונעם אַרבעטער רינג.
זלמן, וואָס האָט פֿאַרבראַכט ס׳רובֿ זומערן פֿון זײַנע קינדעריאָרן בײַם בונדיסטישן זומער־לאַגער, קעמפּ המשך, איז דערנאָך געוואָרן זײַן מוזיק־דירעקטאָר. ער האָט שטודירט קלאַסישע מוזיק אין דער מוזיקשול „דזשוליאַרד‟ אונטער דער השגחה פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר לענאַרד בערנשטיין, און האָט זיך אויך געלערנט אינעם „ניו־ענגלאַנג קאָנסערוואַטאָרי אָוו מיוזיק‟ און „מאַנהאַטען סקול אָוו מיוזיק‟.
זײַן פּראָדוקציע פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך אויף ייִדיש‟, וואָס האָט געזאָלט אויפֿגעפֿירט ווערן בלויז אַכט וואָכן לאַנג אינעם „מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה‟ (Museum of Jewish Heritage) האָט אַזוי אויסגענומען בײַם עולם, אַז מע האָט זי געדאַרפֿט איבערפֿירן אינעם גרעסערן זאַל פֿונעם אָף־בראָדוויי טעאַטער, Venue Stage 42.
דעם גאַלאַ־קאָנצערט וועט מען קענען זען פֿיר טעג לאַנג, פֿונעם 26סטן יולי ביזן 30סטן. כּדי צו זען דעם קאָנצערט דאַרף מען זיך רעגיסטרירן פֿון פֿריִער דאָ. הגם דער אַרײַנטריט איז פֿרײַ, בעט מען אַז מע זאָל געבן אַ בײַשטײַער צו העלפֿן דער פֿאָלקסבינע ממשיך זײַן מיט איר קולטור־אַרבעט.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO