Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווידעאָ: דזשימי באָפֿעט אויף ייִדיש („קום צו מיר‟)WATCH: Jimmy Buffett in Yiddish (“Come to me”)

רחל קאַפֿריסענס פּאַראָדיע פֿון דזשימי באָפֿעטס ליד שילדערט אַ ייִדיש ווײַבל וואָס האָט זיך ערשט געטובֿלט אין דער מיקווה.

דער אַמעריקאַנער פּאָעט און זינגער דזשימי באָפֿעט איז באַקאַנט ווי אַ מחבר פֿון טשיקאַווע לידער, וואָס האָבן אָפֿט צו טאָן מיט משקה און סעקס. זײַן מוזיקאַלישן סטיל רופֿט ער אָן „דער שיכּורער קאַריבישער ראָק׳נ׳ראָל‟.

אין זײַן ליד, Why Don’t We Get Drunk („פֿאַרוואָס זאָלן מיר זיך נישט אָנשיכּורן‟), גייט אַ רייד וועגן אַ מאַן, וואָס טרינקט אַ גלעזל מיט אַ פֿרוי אין אַ באַר און דערציילט איר, אַז ער האָט נאָר וואָס געקויפֿט אַ וואַסער־מאַטראַץ, ווענדנדיק זיך צו איר מיט קלאָרע דיבורים: „לאָמיר זיך אָנטרינקען און שלאָפֿן צוזאַמען‟. דאָס ליד איז אַרויס אין 1973. איצט איז אַרויס אויף יוטוב אַ ייִדישע פּאַראָדיע פֿון דעם ליד, אָנגעשריבן פֿון דער יוריסטקע, זשורנאַליסטקע און דראַמאַטורגין, רחל קאַפֿריסען, און געזונגען פֿון סאַשאַ לוריא מיט דער באַגלייטונג פֿון לאָרין סקלאַמבערג (גיטאַר) און קרעג יודעלמאַן (פֿידל.

סאַשאַ לוריא איז אַ זינגערין פֿון לעטלאַנד. אין 2003 האָט זי אָרגאַניזירט די גרופּע „פֿאָרשפּיל‟, וואָס מישט כּלי־זמרישע מוזיק מיט חסידישע ניגונים און פּסיכאָדעלישער מוזיק בנוסח „פּינק פֿלויד‟. זי זינגט אויך אָפֿט מיטן באַקאַנטן ניו־יאָרקער מוזיקער און מוזיק־מומחה, זיסל סלעפּאָוויטש.

סקלאַמבערג, וואָס שפּילט מײַסטעריש אויף אַ גאַנצער ריי אינסטרומענטן, איז אַ ניו־יאָרקער מוזיק־פֿאָרשער און אַ מיטגרינדער פֿון די „קלעזמאַטיקס‟. יודעלמאַן איז אַ באַגאַבטער פֿידלער און קאָמפּאָזיטאָר פֿון סיאַטל, וואָס וווינט הײַנט אין בערלין.

אין איר בלאָג, From the Pipik גיט קאַפֿריסען איבער, אַז הגם דאָס איז געווען איר ערשטע ליד־איבערזעצונג אויף ייִדיש, האָט זיך איר אײַנגעגעבן אָנצושליסן די דרײַ באַרימטע כּלי־זמר – אַ דאַנק דער הילף פֿון שיין בייקער, דעם אויספֿיר־דירעקטאָר פֿונעם „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס‟. זי איז צופֿרידן, אַז די רעקאָרדירונג האָט זיך באַקומען „טשיקאַווע, נאַריש און סעקסי‟.

קאַפֿריסען האָט, אויף אַ קאָמישן אופֿן, „אָפּגעכּשרט‟ דעם אָריגינאַל. אַנשטאָט דער „פּראָסטער‟ באַר־סצענע שילדערט איר ווערסיע אַ ייִדיש פּאָרפֿאָלק בײַם שבתדיקן טיש. דאָס ווײַב דערמאָנט איר מאַן פֿרײַטיק-צו-נאַכטס, נאָכן קידוש, אַז זי האָט זיך ערשט געטובֿלט אין מיקווה. זאָגט זי: „קעצעלע, לאָז אויס די המוציא, קום צו מיר!‟

אינטערעסאַנט איז, אַז כאָטש דאָס איז, אַוודאי, אַ הומאָריסטיש ליד קאָן עס אַרויסרופֿן אַן ערנסטע הלכה־שאלה: צי מעג אַ פֿרומער ייִד אַזוי טאָן? שבת בײַטאָג קאָן מען טאַקע אָנבײַסן אַ שטיקל לעקעך נאָכן קידוש, אָדער אויסטרינקען אַ צווייטן כּוס ווײַן, און דערנאָך מאַכן אַ הפֿסק. וואָס שייך אינטימע באַציִונגען זענען אָבער פֿאַראַן חילוקי־דעות: דער רמב״ם איז בעצם נישט קעגן, און דער הײַנטיקער אַמעריקאַנער רבֿ, שמואלי בוטח, איז פֿולשטענדיק מסכּים. אין פֿרימערע קרײַזן איז מען מתּיר דעם סעקסועלן עונג־שבת רק בײַנאַכט.

דאָס ליד שליסט זיך מיט די ווערטער „גוט־שבת, דזשימי‟! דער מחבר פֿונעם אָריגינאַל וועט זיך זיכער פֿרייען, אויב ער וועט זיך דערוויסן, אַז ייִדן האָבן איבערגעמאַכט זײַן שאַפֿונג אויף אַזאַ שעפֿערישן אופֿן.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.