Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

„דאָס ווײַסע טיכל‟ — אויסצוג פֿון חיים גראַדעס זכרונות פֿון דער מאַמען (מיט אוידיאָ)“The White Kerchief” – excerpt from Chaim Grade’s memoirs of his mother (includes audio)

אַנדערע פֿרויען האָבן ראָש־השנה געטראָגן פֿוטערנע קראַגנס אָבער זי האָט געקוואָלן פֿונעם שיינעם ווײַסן צודעק פֿון איר מחזור.

גיט אַ קוועטש דאָ צו הערן ווי שׂרה־רחל שעכטער לייענט פֿאָר די דערציילונג

Click to hear this story read by Rukhl Schaechter

מע קען זיך צוהערן צו אַנדערע אַרטיקלען פֿונעם פֿאָרווערטס פֿאָרגעלייענט דורך שׂרה־רחל שעכטער, ווי אויך אַנדערע פֿאָרווערטס־רעקאָרדירונגען, דורכן קוועטשן דאָ.

אויסצוג פֿונעם בוך „דער מאַמעס שבתים‟

אויף אַנדערע פֿרויען איז קענטיק יום־טובֿ אין די פֿוטערנע קראַגנס, סאַמעטענע קליידער, בראָשקעס באַזעצט מיט קליינע פּערעלעך און גילדענע האַנט־קייטלעך — ירושות פֿון באָבעס. אויך די מאַמע האָט אַ שוואַרצע שאַל און אַ יאַקל אויף פּערלמוטערנע קנעפּ, נאָר דער עיקר איז איר יום־טובֿ קענטיק אין איר ווײַס טיכל. זי פֿאַרוויקלט אין דעם איר רעדלהיימער מחזור מיט די גלאַנציקע ברוינע טאָוולען. דאָס בלאַנקע טיכל איז בײַ איר ווי דער ווײַסער פּרוכת, וואָס מען הענגט אויף אויפֿן אָרון־קודש, כּדי צו דערמאָנען אין יום־הדין, אַז גאָט איז מוחל די עוונות.

דער מאַמעס יום־טובֿ איז איר ווײַס טיכל, און מײַן שׂימחת החג איז אַ צווײַגל ווײַנטרויבן, ווי אַ הענגל געפֿרויענע טוי־טראָפּנס, און אַ רויטע שטיק אויפֿגעשניטענע זאַפֿטיקע קאַווענע, פֿול מיט שוואַרצע יאָדרעס. די מאַמע קויפֿט עס לכּבֿוד ראָש־השנה, איך זאָל מאַכן אויף דעם שהחינו. זי אַליין איז אויך טועם פֿון די טײַערע פּירות, און חוץ דעם עסט זי אויף דורך די ביידע טעג יום־טובֿ אַ פֿלוים מיט אַ באַרנע. ייִנגלווײַז האָב איך זיך ניט געקענט אָפּוווּנדערן: פֿון וואַנען נעמט עס די מאַמע אַזאַ כּוח אין זיך און אַזוי פֿיל געדולד אַ גאַנצן זומער ניט צו פֿאַרזוכן פֿון אויפּס אין אירע קאָשיקעס, אַז זי זאָל קענען מאַכן שהחינו אויף די פֿרוכט צום נײַעם יאָר?

ראָש־השנה אין ווײַבער־שיל שײַנט זי אַרויס ליכטיקער פֿון אַלע גבֿירטעס מיט די פֿוטערנע קראַגנס. קיין זאָגערקע איז זי ניט, קיינער האָט זי ניט געדונגען אויסצובעטן אַ גוט יאָר פֿאַרן כּלל־ישׂראל, נאָר די אָרעמע ווײַבער שטופּן זיך אַרום איר און האָרכן ווי זי זאָגט די מעשׂה פֿון חומש, וואָס מע לייענט הײַנט אין דער תּורה:

שׂרה די האַרענטע האָט פֿאַרטריבן איר דינסטמויד הגר מיט איר קינד אין מדבר. און הגר האָט געבלאָנדזשעט ביז דאָס וואַסער איז אויסגעגאַנגען פֿון איר לאָגל. און זי האָט אַוועקגעוואָרפֿן דאָס קינד אונטער איינעם פֿון די ביימלעך. און זי אַליין האָט זיך אַוועקגעזעצט ווײַט פֿאַר אַ בויגן־שאָס, זי זאָל ניט דאַרפֿן צוזען ווי דאָס קינד שטאַרבט. און זי האָט אויפֿגעהויבן איר קול און געוויינט. און אַ מלאך פֿון הימל האָט גערופֿן צו הגרן און איר געזאָגט, אַז פֿון איר זון וועט אַרויסקומען אַ גרויס פֿאָלק. און גאָט האָט געעפֿנט הגרס אויגן און זי האָט דערזען אַ קוואַל וואַסער. און זי האָט אָנגעטרונקען איר ייִנגל.

אַפֿילו די ווײַבער וואָס קענען ניט קיין עבֿרי ווייסן פֿון דער מעשׂה און זיי זיפֿצן: ס׳איז אַלע מאָל ביטער דעם געמיינעם. אין האַרצן האָבן זיי טענות צו שׂרהן פֿאַר וואָס זי איז אַזוי שלעכט געווען צו איר דינסטמויד הגר. די אָרעמע ייִדענעס זעען טאַקע אײַן, אַז גאָט איז אַ דערבאַרעמדיקער פֿאָטער און ער קען אויך זיי העלפֿן, ווי ער האָט געהאָלפֿן דער דינסטמויד הגר. דער מוסר־השׂכּל פֿון דעם איז זי, ווי חלה מיט האָניק, וואָס מען עסט ראָש־השנה בײַנאַכט. אָבער לאַנג אַרײַנטראַכטן אין דעם האָבן זיי קיין צײַט ניט, וואָרום זיי ווילן הערן וואָס די מאַמע לייענט ווײַטער.

זי לייענט ווי אַזוי די מלאכי השרת זײַנען געקומען צו גאָט און גערעדט צו אים: רבונו של עולם, האָב ניט קיין רחמנות אויף הגרס זון, אויף ישמעאלן. ווען מען וועט פֿאַרטרײַבן פֿון זייער לאַנד די קינדער פֿון ישׂראל, וועלן די קינדער פֿון ישמעאל אַנטקעגן קומען אין מדבר די פֿאַרשמאַכטע ייִדן מיט געזאַלצענע פֿיש, און אַנשטאָט וואַסער, וועלן זיי די פֿאַרטריבענע געבן צו טרינקען לאָגלען אָנגעפֿילט מיט ווינט. איז גלײַכער ישמעאלקע זאָל שטאַרבן קליינערהייט פֿון דאָרשט, איידער עס זאָלן פֿון אים אַרויסקומען אַזעלכע רשעים, די ערביים, די אײַנוווינער פֿון מדבר. האָט גאָט ברוך הוא געענטפֿערט די מלאכי השרת, אַז מע משפּט אַ מענטשן פֿאַר דעם, וואָס ער האָט אָפּגעטאָן און ניט פֿאַר דעם, וואָס ער, אָדער זײַנע קינדער, וועלן טאָן שפּעטער.

פֿון דער מעשׂה האָבן די מאַרק־זיצערקעס און סחורה־אויסטראָגערקעס אינגאַנצן ניט געוווּסט, און זיי זײַנען זייער גערירט און געטרייסט. ווער קען קאַווירן פֿאַר הײַנטיקע קינדער, בפֿרט נאָך אַז מען איז אַן אָרעם מענטש? דאַרף מען טאַקע דאַנקען און לויבן אים, וואָס מען טאָר זײַן נאָמען ניט דערמאָנען אומגעוואַשן, וואָס ער חשבונט ניט פֿאָרויס אויף שפּעטער.

די רײַכע באַלעבאָסטעס האָבן מחזורים מיט זילבערנע ווינקלען אויף די טאָוולען, נאָר וווּ דער חזן האַלט ווייסן זיי ניט. פֿון צײַט צו צײַט קומט אַרונטער פֿון מיזרח אַ ברייטע באַלעבאָסטע צו דער אויפּס־פֿאַרקויפֿערקע, וואָס זיצט אין מערבֿדיקן ווינקל, סאַמע בײַ דער טיר:

„וועלינקע, אַ גוט יאָר אויף אײַך, וווּ האַלט מען איצטער?‟

די מאַמע טוט פֿלינק און געניט אַ מיש די גאָלד־געליישטע בלעטער פֿון גבֿירישן מחזור און טראַכט דערבײַ: זאָל איך אַזוי וויסן וווּ איך האַלט מיטן רבונו של עולם, ווי איך ווייס וווּ מען האַלט אין די תּפֿילות.

ליזע די גענדזלערקע שטייט אויף איר „שטאָט‟, קוקט אַרײַן אין סידור אַ צעטומלטע, זי ווייס ניט וווּ מע האַלט. אָבער אַרונטערגיין פֿרעגן בײַ מײַן מאַמען וועט זי ניט. די גענדזלערקע האָט מורא, אַז די אויפּס־פֿאַרקויפֿערקע זאָל אין איר ניט דערלעבן קיין נקמה. ליזע האָט דאָך געצוואָגן און געקעמט אירע האָר אום שבת, און די מאַמע, זי זאָל עס ניט דאַרפֿן צוזען, איז אַנטלאָפֿן מיט איר טײַטש־חומש פֿון הויף אין שטוב אַרײַן.

קומט צו ונתנה־תּוקף, ווערט אַרום דער מאַמען אַזאַ באַפֿאַל פֿון גבֿירטעס מיט מחזורים, אַז ווען אַזוי פֿיל קונדן וואָלטן זיך געשטופּט אַרום אירע קאָשיקעס, וואָלט זי אַליין געוואָרן אַ גבֿירטע. אירע אײַנגעבויגענע באַקן בליִען פֿון אײַנגעהאַלטענער זיסער אויפֿרעגונג. פֿריִער האָט זי זיך געשעמט הויך צו וויינען, עס זאָל ניט אויסקוקן, אַז זי קלאָגט מער ווי אַנדערע אויף איר ביטערן מזל פֿון אַן אלמנה. נאָר בײַ דעם „מי יחיה ומי ימות‟ וועט דער קוואַל פֿון אירע טרערן זיך קענען פֿרײַ אַ גאָס טאָן פֿון אירע אויגן. מיטאַמאָל נעמט זי זיך אומרויִק אַרומקוקן, און די ווײַבער אַרום איר, וואָס האָבן איר הײַנט אָנגעטאָן אַ קרוין אויפֿן קאָפּ, פֿרעגן בײַ איר מיט גרויס גינציקייט:

„וועלינקע, וואָס זוכט איר?‟

„איך זוך מײַן טיכל.‟

די מאַמע וואָס גרייט זיך וויינען האָט זיך אַרומגעזען, אַז עס איז איר פֿאַרלאָרן געגאַנגען איר ווײַס טיכל, און עס גיט איר אַ טיאָכע אין האַרצן: אַן אַבֿידה אויפֿן נײַעם יאָר. עס זאָל נאָר אויספֿאַלן צום גוטן. ליזע דערזעט ווי די מאַמע קוקט צו איר אַריבער, נעמט זי זיך אויך אַרומקוקן און געפֿינט אויף איר פֿענצטער אַ ווײַס טיכל. אַ דערפֿרייטע טוט זי עס אַ כאַפּ און אײַלט דערמיט צו דער מאַמען, ווי מיט אַ שלום־פֿאָן:

„אָט דאָס זוכט איר?‟

„יאָ, ליזע. אין דער פֿרי, איידער די באַלעבאָסטעס זײַנען געקומען, האָב איך זיך צוגעזעצט בײַ אײַער פֿענצטער אָפּזאָגן פֿון פֿאָרנט. דאָ בײַ דער וואַנט איז טונקל און די ראיה בײַ מיר איז אַזוי אויך אָפּגעשוואַכט.‟

„וועלינקע,‟ זאָגט ליזע אַ פֿאַרציטערטע פֿאַרן יום־הדין, „איר זאָלט האָבן נחת פֿון אײַער זון. וואָס זאָגט מען איצטער? איר זײַט דאָך אַ קענערקע אין די שוואַרצע פּינטעלעך. אין אַזאַ טאָג ווי אין דעם הײַנטיקן קומען ניט צונוץ קיין אַנדערע קענטענישן.‟

ליזע מיינט עס אַנטקעגן דעם וואָס זי קען רוסיש.

די מאַמע טוט האַסטיק אַ מיש אין ליזעס סידור און טראַכט דערבײַ, אַז אָפּהיטן שבת איז אַ גרויסער עיקר בײַ טאָן תּשובֿה. מען קען ניט אויסקויפֿן ראָש־השנה מיט פֿרומער פּרעפּלעניש די זינד פֿון אַ גאַנץ יאָר.

אין ווײַבער־שיל ווערט שטיל ווי אין אַ וואָרקנדיקער טויבן־נעסט ערבֿ שטורעם. אין חלל הענגט אַ וואָלקן פֿון אָנגעזאַמלטער ביטערניש. פֿון פֿאַרדריקטע הערצער דערהערט זיך אַ שלוכצעניש. עס הילכט אָפּ אַ דונער. דער חזן פֿאַנגט אָן ונתנה תּוקף קדושת היום, און איידער דער שליח־ציבור דערגייט צום „מי יחיה ומי ימות‟, טרינקט זיך שוין די ווײַבער־שיל אין אַ מבול פֿון געוויין.

(אויסצוג פֿונעם בוך „דער מאַמעס שבתים“)

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version