Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿון וואַנען שטאַמט דאָס שלאָגן כּפּרות?The historical roots of the Yom Kippur chicken ritual, “shlogn kapores”

דאָס כּפּרות שלאָגן ערבֿ יום־כּיפּור איז אַן אַלטער מינהג בײַ ייִדן, וואָס איז באַשריבן געוואָרן צום ערשטן מאָל אינעם 8טן יאָרהונדערט.

צו יענער צײַט איז אויך געווען אַן אַנדער ענלעכער מינהג, וואָס איז פֿאַרגעסן געוואָרן, און וואָס האָט קאָמבינירט די עלעמענטן אי פֿון תּשליך, אי פֿון כּפּרות שלאָגן: צוויי אָדער דרײַ וואָכן פֿאַר ראָש־השנה האָט דער „ראָש‟ פֿון דער משפּחה פֿאַרזעצט פֿאַסאָליעס אין קליינע קיישלעך — אַ קיישל פֿאַר יעדן מיטגליד אין דער משפּחה. ווען די פֿאַסאָליעס האָבן געשפּראָצט ערבֿ ראָש־השנה האָט דער „ראָש‟ גענומען דאָס קיישל פֿאַר יעדן משפּחה־מיטגליד און אַרומגעריגנלט זיבן מאָל דעם מיטגליד מיטן קיישל, זאָגנדיק: „דאָס איז אויפֿן אָרט פֿון דעם מענטש‟. דערנאָך האָט ער געוואָרפֿן דאָס קיישל מיט די פֿאַסאָליעס אַרײַן אין טײַך. דאָס אַרײַנוואַרפֿן אין וואַסער האָט נישט באַטײַט סתּם אַוועקוואַרפֿן; מע קען דאָס אויסטײַטשן ווי אַ מיטל צו באַפֿרידיקן די רוחות אין וואַסער, און די פֿאַסאָליעס האָבן געדינט ווי אַ שׂעיר־לעזאָזל, אָדער ווי מע זאָגט אויף פּראָסט ייִדיש — אַ כּפּרה־הינדל.

וואָס האָבן רוחות און שׂטן (עזאָזל) צו טאָן מיט ייִדישע מינהגים? צוויי גרויסע פֿאָלקלאָר־פֿאָרשער אין אַמעריקע, ביידע רבנים — הרבֿ יעקבֿ לאַוטערבאַך (1873 — 1942) און הרבֿ יהושע טראַכטענבערג (1904 — 1959) האָבן ספּעציעל זיך אָפּגעגעבן מיט די געשיכטעס פֿון ייִדישע מינהגים, גלייבענישן און טראַדיציעס, און אויסגעפֿונען, אַז דאָס גלייבן אינעם שוואַרץ־יאָר (שׂטן) און זײַנע מיטהעלפֿער, דער פּחד פֿאַר שדים, האָט אָפֿט געשפּילט אַ ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישע מינהגים.

הרבֿ לאַוטערבאַך איז געווען אַן אינטערעסאַנטער טיפּ: אַ גאַליציאַנער, דערצויגן געוואָרן אין אַ פֿרומער היים און געלערנט יאָרן לאַנג אין אַ ישיבֿה; דערנאָך אין אַ דײַטשן ראַבינער־סעמינאַר. אין 1903 איז ער געקומען קיין אַמעריקע און איז צוגעצויגן געוואָרן צו דער רעפֿאָרם־באַוועגונג. מע האָט אים פֿאַרבעטן אָנטיילצונעמען אין אַ קאָמיטעט, וואָס זאָל ענטפֿערן שאלות אויף ייִדישע מינהגים און טראַדיציעס פֿאַר די ייִדן פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג. אָבער קענענדיק זיך אויס אין די „קליינע אותיות‟, האָט ער געפֿאָרשט די אַנטוויקלונגען פֿון די מינהגים מיט אַזאַ עמקות און אַרומנעמיקייט, אַז ער האָט אָנגעהויבן שרײַבן וועגן זיי פֿאַר אַ ברייטערן עולם, און דווקא מיט אַ פֿאָלקלאָריסטישן קוק.

וואָס הייסט מיט אַ פֿאָלקלאָריסטישן קוק? קודם־כּל, האָט ער זיך נישט געשראָקן פֿאַר שׂטן און זײַנע שדים. די ייִדן מיט צוויי טויזנט יאָר צוריק האָבן געגלייבט, אַז מזיקים, שדים און רוחות געפֿינען זיך אומעטום — אויף דער שוועל פֿון אַ טיר (דערפֿאַר האָט מען אַ מזוזה), וווּ נאָר ס׳איז פֿינצטער אין הויז, צי אין גאַס. מ׳האָט געגלייבט, אַז רוחות באַגלייטן דעם מענטש וווּ ער גייט און ווילן דווקא זיך אַרײַנמישן און צעשטערן דעם מענשטנס גליק, ווען ער פּראַוועט אַ וויכטיקע צײַט אין זײַן לעבן: בײַם געבוירן ווערן פֿון אַ קינד (דערפֿאַר הענגט מען אַ קמיע קעגן לילות), בײַם חתונה האָבן (דערפֿאַר צעברעכט מען אַ גלאָז, זיי אָפּצושרעקן), און בײַם שטאַרבן (דערפֿאַר צינדט מען אָן אַ ליכט דעם מת צו קאָפּנס — שדים האָבן ליב פֿינצטערניש).

אַזאַ וועלטבאַנעם האָט די אַשכּנזישע קהילה איבערגענומען פֿון די פֿריִערדיקע דורות אין גלות מיט אַ טויזנט יאָר צוריק, און דער פּחד פֿאַר שדים איז נאָך גרעסער געוואָרן ביז דער מאָדערנער צײַט. מע דאַרף בלויז דורכבלעטערן דעם „ספֿר חסידים‟ פֿונעם 12טן יאָרהונדערט, דײַטשלאַנד, צו פֿאַרשטיין ווי טיף אײַנגעקריצט אינעם מוח פֿונעם אַשכּנזישן ייִד איז געווען דאָס גלייבעניש אין רוחות און שדים.

אַ טייל רבנים האָבן געקעמפֿט, אַז די קהילה זאָל אויפֿהערן צו גלייבן אין די רוחות און, במילה, אויך אין די מינהגים וואָס האָבן זיך אַנטוויקלט צוליב דעם גלויבן אין זיי. הרבֿ לאַוטערבאַך, כאָטש אַ רעפֿאָרמער ייִד — „אַ מאָדערנער ייִד‟, האָט אײַנגעזען, אַז דאָס גלייבן אין, און מורא פֿאַרן שׂטן און שדים פֿאַרנעמט אַ וויכטיק אָרט אין דער פֿאָרמירונג פֿון ייִדישע טראַדיציעס. זײַנע אַרבעטן וועגן צעברעכן דאָס גלאָז אונטער דער חופּה, תּשליך און כּפּרות דערווײַזן זייער ראָלע, און ווי נײַערע אויסטײַטשן פֿון די מינהגים האָבן פֿאַרדעקט די אָריגינעלע.

געוויינטלעך, הײַנט, ניצט מען א זעקל געלט פֿאַר כּפּרות אויפֿן אָרט פֿון אַ הון אָדער הין, און מע צעטיילט דאָס געלט אויף צדקה. בײַ די חסידים שלאָגט מען ווײַטער כּפּרות מיט עופֿות, אָבער אין דער ברייטערער ייִדישער וועלט האַלט מען דעם מינהג פֿאַר „באַרבאַריש‟. יוסף קאַרו, אין די ערשטע נוסחאָות פֿון זײַן „שולחן עורך‟ אינעם 16טן יאָרהונדערט, האָט געשריבן, אַז דער מינהג איז אַ נאַרישער, און מע זאָל אים אויפֿהערן.

כּפּרות שלאָגן האָט זיך נישט קיין סך געביטן במשך פֿון 1300 יאָר. מע זאָגט תּהילים און אַנדערע פּסוקים און מע בעט, אַז דאָס כּפּרה־הינדל, וואָס מע דרייט איבערן קאָפּ, זאָל אָנגענומען ווי אַ במקום, אַ פֿאַרטרעטער אויפֿן אָרט פֿונעם מענטש און זײַנע זינד. אָבער בײַ וועמען מע בעט, און וואָסערע פּסוקים מע זאָגט, האָט זיך געביטן אין דער געשיכטע פֿונעם מינהג. בײַם אָנהייב האָט מען געלייענט בלויז געקליבענע פּסוקים פֿון די תּהילים, דער עיקר, וועגן „די וואָס לעבן אין פֿינצטערניש‟ און זענען „געקייטלט אין אײַזן‟ (תּהילים קז) און לאַוטערבאַך ווײַזט אָן, אַז מיט דעם פּסוק האָט מען זיך געווענדט „לעזאָזל‟, צום טײַוול. אַנשטאָט צו שיקן אַ ציג לעזאָזל, ווי אין די תּנ״כישע צײַטן, איז די כּפּרה געוואָרן אַ הון פֿאַר אַ מאַן אָדער אַ הין פֿאַר אַ פֿרוי. טראַכטענבערג שרײַבט, אַז אַזוי ווי „גבֿר‟ אויף העברעיִש קען באַטײַטן סײַ אַ „מאַן‟, סײַ אַ „הון‟, האָט מען טאַקע געפֿילט בחוש, אַז איינער פֿאַרבײַט דעם צווייטן.

מיטן כּפּרות שלאָגן האָט מען געוואָלט, לכתּחילה, צופֿרידנשטעלן דעם שׂטן, נישט דעם אייבערשטן, און צוליב דעם האָבן די רבנים געפּרוּווט אָפּוואַרפֿן דעם מינהג, אָבער אַזוי ווי ס׳האָט ווײַטער געלעבט, האָט מען דאָס איבערגעטײַטשט, דער מינהג זאָל יאָ זיך אַרײַנפּאַסן אין דער ייִדישער טראַדיציע, און אויסמײַדן די דערמאָנונג פֿונעם שׂטן. רש״י האָט דאָס געביטן, למשל, מע זאָל לייענען די גאַנצע תּהילים קז, נישט נאָר דעם פּסוק ווי דאָס פֿינצטערניש ווערט דערמאָנט.

ווי אַזוי זשע איז געשען, אַז תּשליך און כּפּרות גייען ווײַטער אָן ביזן הײַנטיקן טאָג, קעגן דעם ווילן פֿון רבנים? אויף דעם איז דאָ איין ענטפֿער פֿון איבערטײַטשונג, ווי עס ווײַזט אָן לאַוטערבאַוך, אָבער מע דאַרף אויך אָנערקענען דעם געזעלשאַפֿטלעכן אַספּעקט — דער עולם קוקט אַרויס אויף דעם. מע קען אַפֿילו זאָגן, מע האָט הנאה פֿון די טראַדיציעס. דאָס איז זיכער אמת וועגן תּשליך. ווען נאָך פֿאַר אַ צײַט אין לוח גייט די גאַנצע קהילה צוזאַמען אויף אַ שפּאַציר צום וואַסער? כּפּרות שלאָגן איז אַן אופֿן צו טראַכטן וועגן די אייגענע זינד נישט בלויז דורך תּפֿילה, נאָר דורך קאָנטאַקט מיט אַ לעבעדיקער בריאה וואָס מע האַלט אין דער האַנט. אַפֿשר באַטראַכטן דעם מינהג ס׳רובֿ מענטשן ווי פּרימיטיוו, אָבער עפּעס שטאַרקס איז דאָ אין דעם, גײַסטיק און פּסיכאָלאָגיש, וואָס לאָזט נישט אָפּ, און כּפּרות שלאָגן לעבט ווײַטער.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version