די פֿישמאַן-פֿונדאַציע זוכט ייִדיש־פּראָיעקטן צו שטיצןFishman Foundation seeking Yiddish projects to support
די פֿישמאַן-פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרבעט סובווענץ-אַפּליקאַציעס פֿאַר נײַע פּראָיעקטן וואָס זייער ציל איז צו שטאַרקן ייִדיש ווי אַ לעבעדיקע שפּראַך.
אין משך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר האָט די פֿונדאַציע בעיקר געשטיצט פּעדאַגאָגישע און ליטעראַרישע פּראָיעקטן פֿאַר קינדער און יוגנט. צווישן זיי:
1) ייִדיש-קלאַסן אין דער „מאָזאַיק ייִדישער פֿאָלקשולע‟ אין לאָנדאָן, און דאָס צוגרייטן לערן-מאַטעריאַלן פֿאַר זיי, דורכגעפֿירט פֿון דער גרופּע, „די ייִדישע שטוב‟ אין לאָנדאָן. אַחוץ דעם, האָט „די ייִדישע שטוב‟ אַדורכגעפֿירט כּלערליי ייִדיש-שפּראַכיקע פּראָגראַמען אויף זום פֿאַר מענטשן פֿון אַלע דורות.
2) אַ סעריע ייִדיש־וואַרשטאַטן פֿאַר קינדער אין דער „אליעזר מאַקס טאָגשולע‟ אין ריאָ דע זשאַנייראָ, אָנגעפֿירט פֿון סאָניאַ קראַמער. קראַמער איז פּראָפֿעסאָר פֿון דערציִונג, און האָט אַנטוויקלט אַ קלאָרע פֿילאָסאָפֿיע און מעטאָדיק פֿונעם ייִדיש־לימוד. מען קען לייענען און אָנקוקן בילדער און ווידעאָס פֿון די וואַרשטאַטן אין דעם אַרטיקל בײַ „אין געוועב‟
3) צוויי נײַע אויפֿלאַגעס פֿון די קלאַסישע קינדערביכלעך, „דאָס קלוגע שנײַדערל‟ פֿון שלמה סײַמאָן, און „די געשיכטע פֿון בייזן בייז‟ פֿון מאַקס ווײַנרײַך, וואָס ווערן אַרויסגעגעבן דורכן פֿאַרלאַג „קינדער-לשון‟ פֿון יוגנטרוף -יוגנט פֿאַר ייִדיש.
4) אַ באַשיידענע אויסגאַבע פֿון אַ קינדער־דערציילונג פֿון הערש-דוד נאָמבערג, אַרויסגעגעבן דורך פֿאַרלאַג-פּרעס.
דער טערמין פֿאַר אַפּליקאַציעס פֿאַרן יאָר 2021 איז דער 15טער נאָוועמבער 2021. אַלע אַפּליקאַציעס מוזן זײַן אָנגעשריבן אויף ייִדיש , און דאַרפֿן נאָכפֿאָלגן די אַפּליקיר-אָנווײַזונגען וואָס געפֿינען זיך אויף אונדזער וועב-זײַטל:
מען בעט מען זאָל אַרײַנשיקן אַן אַפּליקאַציע (מיט אַלע נייטיקע בײַלייגונגען) דורך בליצפּאָסט צו: applications@fishmanfoundation.org
די אויסגעטיילטע סובווענצן וועט מען מעלדן אין דעצעמבער 2021.