הערט נאָר אַ מעשׂה!Have I got a story for you!
אויף דער גאַלאַ־פֿײַערונג פֿונעם פֿאָרווערטס וועט מען הערן וויניעטן פֿון די אַקטיאָרן אַלען לויִס ריקמאַן און יעלענע שמואלענסאָן און אַנדערע.
אויף דער הײַיאָריקער גאַלאַ־פֿײַערונג פֿונעם פֿאָרווערטס, וואָס וועט פֿאָרקומען אָנלײַן מיטוואָך, דעם 20סטן אָקטאָבער, 7:00 אין אָוונט ניו־יאָרקער צײַט, וועט מען הערן וויניעטן און טשיקאַווע מעשׂהלעך פֿון אַ ריי טאַלאַנטירטע דערציילער.
צווישן די באַטייליקטע: די אַקטיאָרן אַלען לויִס ריקמאַן און יעלענע שמואלענסאָן, דער קלעזמער־מוזיקער און ייִדישער איבערזעצער דניאל קאַהן, די דרײַ מיטגלידערינס פֿון דער קלעזמער־גרופּע „טריאָ‟ און דער ישׂראלדיקער שרײַבער, אתגר קרת.
אַחוץ דעם וועט דזשאָדי רודאָרען, די שעף־רעדאַקטאָרשע פֿונעם Forward, אינטערוויויִרן דעם אַקטיאָר, מוזיקער און שרײַבער, דייוויד דוטשאָווני, וואָס איז, אַגבֿ, דאָס אייניקל פֿון משה דוטשאָווני, אַ לאַנגיאָריקן זשורנאַליסט בײַם „מאָרגן זשורנאַל‟ און שפּעטער – בײַם „טאָג־מאָרגן זשורנאַל‟.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויפֿן גאַלאַ, גיט אַ קוועטש דאָ.
הגם דער גאַלאַ איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל בעט מען די צוקוקער אַרײַנשיקן אַ בײַשטײַער דעם פֿאָרווערטס כּדי צו דערמעגלעכן אונדזער אַרבעט זאָל ווײַטער אָנגיין אויף לאַנגע יאָרן. כּדי צו געבן אַ מתּנה, גיט אַ קוועטשט דאָ.