ווידעאָ: ליפּא שמעלצער זינגט „אוי חנוכּה‟VIDEO: Lipa Schmeltzer singing “Oy Chanukah”
דער באַרימטער זינגער האָט רעקאָרדירט דאָס ליד לויטן סטיל פֿון דער חסידישער פּאַפּ־מוזיק.
ווי ס׳איז ס׳רובֿ פֿון אונדזערע לייענער שוין באַקאַנט, איז דאָס ליד, „אוי חנוכּה‟ געשאַפֿן געוואָרן פֿונעם ווילנער ייִדישן פּאָעט, מרדכי ריוועסמאַן (1868־1924). ס׳איז צום ערשטן מאָל פּובליקירט געוואָרן אין סוסמאַן קיסלגאָפֿס „לידער־זאַמלבוך‟, אין 1912.
ווי מע קען דאָ אָבער הערן, האָט דער חסידישער פּאָפּ־שטערן ליפּא שמעלצער רעקאָרדירט דאָס ליד, גיבנדיק אים אַ מאָדערנעם טעם, באַגלייט מיט אַ פּראָפֿעסיאָנעלן אָרקעסטער, לויטן הײַנטיקן סטיל פֿון דער חסידישער מוזיק.