ווידעאָ: רעקלאַמעס געשאַפֿן פֿון דער ראַדיאָ־פּערזענלעכקייט נחום סטוטשקאָווVIDEO: Memorable ads by radio personality Nahum Stutchkoff
לייזער בורקאָ ווײַזט עטלעכע בײַשפּילן פֿון די הונדערטער רעקלאַמעס וואָס מע האָט געהערט אויף WEVD צווישן די 1930ער און די 1960ער יאָרן
לייזער בורקאָ, דער רעדאַקטאָר פֿונעם באַנד „מאַמע־לשון‟ — אַ זאַמלונג ייִדישע אויסדרוקן און וועלטסווערטלעך פֿון דער ייִדישער ראַדיאָ־פּערזענלעכקייט נחום סטוטשקאָף, גיט דאָ עטלעכע בײַשפּילן פֿון די הונדערטער, אפֿשר אַפֿילו טויזנטער רעקלאַמעס וואָס סטוטשקאָף האָט געשאַפֿן צווישן די 1930ער און די 1960ער יאָרן.