Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ פֿאָרווערטס־מיטאַרבעטער וואָס האָט דערקלערט טעכנאָלאָגיע פֿאַר די לייענערA Forverts journalist who educated his readers about technology

ווען די טעלעוויזיע איז אין די 1950ער יאָרן אַרײַן אין יעדער היים, האָט מען אים געבעטן שרײַבן אויף דער טעמע.

נחום־נתניאל זאַלאָוויץ, אַ פֿאָר­ווערטס־מיטאַרבעטער במשך פֿון 50 יאָר, איז הײַנט כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן אָבער אין זײַן צײַט איז ער געווען דער הויפּט־זשורנאַליסט בײַם פֿאָרווערס בײַם געבן צו פֿאַרשטיין די לייענער די נײַע טעכנאָלאָגיעס, און איז געווען כּמעט דער איינציקער וואָס האָט געשריבן וועגן אַמעריקאַנער טע­לעוויזיע־פּראָגראַמען.

נ. זאַלאָוויץ איז געבוירן געוואָרן אין ביאַליסטאָק אין 1892 און געשטאָרבן אין 1971. ייִנגלווײַז איז ער מיט זײַן משפּחה אַריבערגעקומען צו דער איסט־סײַד. זײַן זשורנאַליסטישע קאַריערע האָט ער אָנגעהויבן בײַם מאָרגן־זשורנאַל, אָבער שפּעטער איז ער אַריבער אַרבעטן אויף אַ פֿולער שטעלע אין פֿאָרווערטס.

נ. זאַלאָוויץ האָט געשריבן אויף קול­טורעלע טעמעס, ווי אויך וועגן פּאָליטיק און קהילה־לעבן. אין זײַנע רובריקן האָט ער איבערגעגעבן דעם לייענער די נײַעסן וועגן די לעצטע טעכנאָלאָגישע אַנטוויקלונגען אין אַ סטיל, וואָס יעדער איינער האָט געקענט פֿאַרשטיין. אַן אינטערעסאַנטע סעריע וואָס ער האָט מחבר געווען האָט זיך אָפּגעגעבן מיט דער געשיכטע פֿון דער פּרעסע אין אַמעריקע. פּראָפֿילן פֿון אינטערעסאַנטע מענטשן און טשיקאַווע שטייגערישע ענינים האָט ער אויך באַשריבן. ווען די טעלעוויזיע איז אין די 1950ער יאָרן אַרײַן אין יעדער היים, האָט מען אים געבעטן שרײַבן אויף דער טעמע.

ווי אַ מוסטער פֿון זאַלאָוויצעס היימישן אופֿן פֿון שרײַבן, קען מען נעמען זײַן אַרטיקל פֿון יאָר 1969, אין וועלכן ער באַשרײַבט די באַמיִונגען פֿון די טעלעוויזיע־נעצן צו באַזײַטיקן די באַליבטע „וועסטערן“־פּראָגראַם — „באָנאַנזאַ“ פֿונעם ערשטן אָרט. קיין סטראַטעגיע האָט זיי נישט געהאָלפֿן — די פּראָגראַם פֿונעם הויפּט־אַקטיאָר פֿון „באָנאַנזאַ“, לאָרן גרין, איז געבליבן אויפֿן ערשטן אָרט. האָט זאַלאָוויץ אין זײַן רובריק — „וואָס מע זעט אויף טעלעוויזיע“ — געשריבן כּלומרשט צו דער מאַמען פֿון לאָרן גרין, „פֿרוי דבֿורה גרין, איר דאַרפֿט וועגן אײַער זונס פּרנסה זיך נישט זאָרגן.“

אין זײַנע אַרטיקלען האָט נחום זאַלאָ­וויץ אַרײַנגעלייגט זײַן גאַנצן וויסן פֿון פֿאַרשיידענע געביטן: ליטעראַטור, פּאָליטיק און געשיכטע. אַזוי האָט ער אַרײַנגעפֿירט דעם נײַעם מעדיום פֿון טעלעוויזיע פֿאַרן ברייטן עולם. אינעם פֿאָטאָ־אַרכיוו פֿונעם פֿאָרווערטס געפֿינען זיך פּערזענלעכע בילדער פֿונעם הײַנט אומבאַקאַנטן פֿאָר­ווערטס־שרײַבער נ. זאַלאָוויץ, וועלכער איז געווען, לויט הלל ראָגאָף, „אַן אויפֿקלערער און „אַ קולטור־טרעגער.“

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version