Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ שיין וווינאָרט, אַ לעקסוס־אויטאָ — און פֿאָרט אַזוי אומעטיקLiving in a nice house, driving a Lexus – yet feeling so lonely

ווי אַן אָפּגעפֿאָרענער בחור האָט געפֿונען זײַן ערשטן פֿרײַנד מחוץ די חסידישע קרײַזן

דאָס איז דער ערשטער קאַפּיטל פֿון אַ לענגערער מעשׂה. די סעריע איז אָנגעשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש.

איך בין געווען א יונגערמאן אין די דרייסיגער ווען ס׳איז פארגעקומען די פאלגענדע מעשה. ס’זעט אויס ווי עס איז מיר דעמאלט געגאנעגן גוט, אבער גלייבט מיר, ס’איז נישט געווען וואס מקנא צו זיין.

אמת, איך האב געהאט א גאנץ הייזל פאר מיר אליינס אין א לופטיגער געגנט אין אַלענטאַון, פּענסילווייניע, א גרינער גראזיגער הינטערגארטן וואס הינטער איר לויפט א טייכל אויף וואס עס שווימען קאטשקעס און גענז. אן אויטא האב איך געטריבן, א שפאגל זילבערנעם פון דער בארימטער לעקסוס פירמע, און פּאַרקירט האב איך אים ווי א פריץ אין מיין פריוואטער געראדזש, און דארטן אינעם געראדזש איז געשטאנען א געזונט ביציקל גרייט פאר ווען עס האט זיך מיר פארגלוסט אן אוונט ארומציקלען אויף דער לופט.

און פאר דעם אלעס האב איך נישט געדארפט צאלן קיין דאלער. ווי א געצערטלט קינד האב איך אלץ געקריגן פונעם נדיב – מיסטער פּעטער, מיין שכן אין שיל, דער אייגטימער פונעם לעקסוס האנדלשאפט. איך דער יונגער חסיד וואס האב אזוי אומגעריכט אריינגעבלאנדזשעט ביי אים אין שטעטל אריין האב ביי אים נושא חן געווען, האט ער מיר א מתנה געגעבן א זילבענעם אויטא, און פאר מיר צוגעגרייט זיין רעזארט הייזקע וועלעכע געפינט זיך נישט ווייט פון זיין לעקסוס האנדלשאפט געביידע — א מאדערנער פארכאפנדער בנין מיט כל מיני פיטשעווקעס און איינריכטונגען.

אבער צווישן מיר און דיר גערעדט, וואס איז דא מקנא צו זיין עמיצן וואס וואוינט אין א הייזקע אליינס ווי א הונט? איך וועל אייך זאגן א סוד, איך האב דעם גארטן קיין איין מאל נישט גענוצט, ווייל וואס האב איך דעם גארטן צו ניצן אן ווייב אן קינדער? און אפילו קיין ארבעט האב איך נישט געהאט, נאר געזעסן בין איך אויף קעסט אויף פּעטערס גוט הארץ, און איך בין משוגע געווארן פאר ליידיקגיין, און געהאט צייט צו טראכטן פון אלע מיינע צרות, סיי פון מיין פריסטער פארגאנגענהייט, און סיי פון מיין אומבאוואוסטן עתיד. געלעגן בין איך דארטן אין דער הייזקע ווי אן אפגעווייקטער גרינצייג און געווארט בתחנונים און כליון עניים (ערווארטונג), זאל מיך עמיצער שוין אויסלייזן פונעם שיעמום הנורא, פון דער שרעקלעכער נודנעקייט…

און די ישועה איז געקומען אין דער ריכטיגער מינוט, ווייל כ’האב אנגעהויבן צו פילן, אויב איך בלייב דארט נאך א טאג צוויי און מיין לאנגווייליגקייט האלט אזוי אן – ווייס איך שוין נישט וואס עס וואלט געשען מיט מיר. איך האב שוין געקוקט אויף אזוי פיל ווידעאס אויפן מאשינקע, און געלייענט וועגן יעדן איינעמס א פעיסבוק בויך-גרעפס, אז איך האב נאר געוואלט זיך זען מיט מענטשן, מיט עכטע לעבעדיגע מענטשן.

אנגעהויבן האט זיך עס ווען איך האב אנגעהויבן פארן יעדע וואך קיין ברוקלין, כדי צו גיין אין „טשאלענט“ — א טרעפונג יעדן דאנערשטאג אויף דער נאכט אין א גרויסן אלטן הויז ביי די ברעגן פון קראון הייטס. מען סערווירט דארט טאקע טשאלענט, און דא קומען פון אלע עקן פונעם עיר רבתי ארויס פון זייערע לעכער כל מיני חברה — יונגען, מוידן, עלטערע און יינגערע, חסידים, חב״ד׳סקע, שייגאצן, פריצקעס וועלעכע רייכערן, בעלי און בעלות תשובות, גרים און גיורות. אלץ דא איז משתמש בערבוביה, אלע אין איין טאפּ, ממש משיח׳ס צייטן, דא קומען אלע „דראפ אוטס“ און פארבלאנדזשעטע נשמות פון אונטער די הרי החושך. ווער עס פלאפלט, ווער עס שפילט מוזיק, ווער עס קושט זיך, און ווער עס פאררייכערט עפעס… יעדער לויט זייער גוסטע און שורש נשמה.

און דער גאסט געבער איז געווען דווקא א איד א בעל צורה מיט א לאנגער בארד. יצחק שאנפעלד הייסט ער. און פארוואס מאכט ער די פארטיס? קיינער ווייסט נישט! ווייל ער איז נישט קיין חב״ד׳סקער שליח, אויך איז ער נישט א הפקר יונג, אדרבה, ער איז א מדקדק בהלכה, כקלה כבחמורה (ווער פון די חז״ל האָט געפּסקנט נישט־שטרענג, ווער — שטרענג), איז עד היום א תיקו פארוואס ער פירט אן מיט די ליל שישי קלאבן.

און דאנערשטאג פארטאגס אז די פארזאמלטע פארלאזן צוביסליך דאס ארט, קלייבן זיך די שארית הנמצאים אריבער צום גאסטגעבער אין שטוב אריין, אין בארא פארק, און מע הוליעט ווייטער ביז זונטאג אינדערפרי, אט דא איז נישט טאג און נישט נאכט. וויל מען — איז שבת; וויל מען — איז חול המועד, און עס זיצן „בויעס“ און „גירלעס“, וועיפן (דאמפֿטן) ארום, און פטר׳ן צייט ביזן אלף השישי אריין און ס׳איז יום שכולו טוב יום שכולו ארוך.

און דא ביי טשאלענט“ האב איך געטראפן איזי׳ן. ער איז געזעסן ביים טיש און ארויסגעלאזט ריטמישע קלאנגען און סוויטשערייען, נאכמאכנדיג א האנט־פּויק, אן עלעקטערישע גיטאר, אן הארמאניקע, אויפן נוסח פון רעגיי, פאנק, סאלסא וכדו׳. ער האט געגראמט און „געראפּט“, ווי מען רופט עס, און איך האלט זיך אונטער, דעם יונגנס קלאנגען און סוויטשען מיט א לויז געמיט. ס’געפעלט מיר, ער לעבט דאך ווי א זינג פויגל, און דערלופטערט מיין הארץ מיט לוסט און געלעכטער.

און איך און ער זענען גאנץ שנעל געווארן גוטע פריינד. דערצו האט איזי געהאט א חבר׳טארין — מושקא, א רעכטע מושקא, א פרינצעסן איז זי געווען, זיידענע האָר איבער די פלייצעס ארויסצורייסן די אויגן, און זי האט פארמאגט יעלת חן, צוויי אויגן וועלעכע צעשמעלצן די נשמה, און אז זי איז איזי׳ס חבר׳טארין האט שוין איזי ביי מיר אויך געהאט חן. און ער איז מיט דער מושקאן אפגעזעסן די שבתים דארטן, מיטן כאפטע חברים, און איך — א חסיד נאר וואס ארויס פון פאנצער און בייטל — האב זיך געשעצט גליקליך, זיך געשפירט ווי זוכה געווען צו זיצן אינעם חצר פונעם מלך.

וואו האט איזי זיך אנגעטראפן מיט דעם מושקא׳ן? א גאנצע מעשה א סיפור, אבער בקיצור נמרץ, זאגט ער אז אנגעהויבן האט זיך עס ביי א שבת סעודה אין ניו יארק, יענסמאל ווען זי איז נאך נישט געוועזן קיין שיינע, און אנטוויקלט האט זיך עס אין סאן דיעגא, דארט זענען זיי אפגעזעסן פאר א וויילע, און צוריקגעקומען איז מושקא פון סאן דיאגא א שוינהייט.

ווי עס ווייזט זיך ארויס האב איך אויך נושא חן געווען ביי דעם איזי׳ן, כאטש איך האב קיין מושקאן נישט געהאט ביי די ארעמעס, און ער האט געוואלט איך זאל קומען מיט אים צו א פעסטיוואל אין מרחקים ביזן אנדערן עק לאנד, אריבער די ריזיגע שטחים פון די פליינען און די פעלזן בערג, קיין ארעגאן, און איינגעלאדן האט ער צוויי פריינד, ברידער פון לאנדאן, ענגלאנד, וועלעכע דארפֿן קומען צו פליען לכבוד דעם פאסטעוואל.

ס׳וועט „בלאזן דיין מוח“ – ס׳הייסט, ס’וועט דיך באגייסטערן, זאגט מיר איזי, פראבירענדיג מיך איבערצוצייגן צו קומען, ווייל צום פארן קיין ארעגאן דארף מען האבן אן אויטא, און אן אויטא האב איך, נישט ער. „ווייסט וואס ס’מיינט א רייזע איבער די ריזיגע שטחים פון אמעריקע? כלערליי פּרעכטיקע פּאַנאַראַמעס — רייצט ער מיר דעם אפעטיט — און וואס שייך הוצאות הדרך, היות דו ברענגסט דעם אויטא, באשטייערן מיר די בענזין, דארפסט קיין פרוטה נישט צאלן. גוט? א געשעפט? און צי זענען מיר דען צו קראנק צו שלאפן אין אן אויטא? כאפ דיך צו דער מציאה, דו וועסט איבערפארן גאנץ אמעריקע פון ברעג צו ברעג, און בזיל הזול.

נו, וואס האב איך דען געהאט צו קווענקלען?! אדרבה, איך האב קוים געקענט זיך דערווארטן אז דער מיט די אַנדערע יונגען זאלן שוין אנקומען, און זאל זיין ויסעו, כ’בין גרייט צו זיצן און פארברענגען מיט לעבעדיגע מענטשן אויפן ענדלאזן שטראז.

(המשך קומט)

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version