Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

קורצער איינאַקטער אויף ייִדיש שילדערט עראָטישע ליבע צווישן צוויי ישיבֿה־בחוריםShort Yiddish play depicts erotic love between two yeshiva boys

„וואָס פֿליסט דורכן אָדר“ מאָלט אָפּ אַן אַמאָליקע טראַדיציע, וואָס מאַקס ווײַנרײַך באַשרײַבט אין זײַן „געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך“.

איין אָוונט דעם זומער האָט אַ גרופּע סטודענטן פֿון דער ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם און אַ צאָל ייִדישע קולטור־טוערס, זיך פֿאַרזאַמלט אינעם ניו־יאָרקער איסט סײַד, כּדי צו זען אַ נײַע ייִדיש־שפּראַכיקע פּיעסע, „װאָס פֿליסט דורכן אָדר“.

די פּיעסע, אָנגעשריבן פֿון מיכל יאַשינסקי און רעזשיסירט פֿון רובי לי לאָווענשטיין, איז געווען אַ טייל פֿונעם „איסט סײַד פּיעסע־פֿעסטיװאַל“, בײַ וועלכע זעקס זייער קורצע פּיעסעס, יעדע פֿון זיי צווישן 10 און 15 מינוט לאַנג, זענען אינסצענירט געוואָרן איינע נאָך אַנאַנד אין דער סטענטאָן־סטריט שול. „וואָס פֿליסט דורכן אָדר“ איז די איינציקע װאָס איז אויפֿגעפֿירט געװאָרן אויף ייִדיש.

דער אינהאַלט פֿון „וואָס פֿליסט דורכן אָדר“ איז אַ רושמדיקער: במשך פֿון 15 מינוט שאַפֿט זיך אַ בילד פֿון אַ ליבע צװישן צוויי ישיבֿה־בחורים אין דער מתיבֿתּא „תּפֿארת ירושלים“ אויף דער איסט סײַד אַרום 1912. די מעשׂה ציט איר יניקה פֿון אַן אַלטן מינהג וואָס ישיבֿה־בחורים אין אַמאָליקער מיזרח־אייראָפּע האָבן דורכגעפֿירט ראש־חודש אָדר: „מאַכן אַ משנכנס.“ דאָס וואָרט משנכנס איז פֿאַרבונדן מיט דער גמרא, „משנכנס אָדר מרבין בשׂימחה“ — אַז סע קומט דער חודש אָדר (וואָס ברענגט אַרײַן דעם יום־טובֿ פּורים) וואַקסט די שׂימחה.

וואָס שייך דעם אויסדרוק „מאַכן אַ משנכנס“, איז געשטאַנען אינעם פּּראָגראַם־צעטל אַ ציטאַט פֿון מאַקס װײַנרײַכס בוך „געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך“:

„מאַכן אַ משנכנס האָט בײַ ישיבֿה־בחורים געהייסן אַ שטיפֿערײַ ראש־חודש אָדר, װען חבֿרה האָבן געכאַפּט אַ בחור, אים ‘אַרײַנגעצימבלט’ און דערבײַ געזונגען ‘משנכנס אָדר מרבין בשׂימחה’ “ (באַנד 1, ז’ 224, 1973). דערצו געפֿינט מען אַ באַשרײַבונג פֿון אָט דער משנכנס־טראַדיציע בײַ אַ געוועזענעם ישיבֿה־בחור, צבֿי שׂימחה לעדער, פֿון דער שטאָט רײַשע (Rzeszów). אין זײַן בוך זכרונות, „רײַשער ייִדן“ (1953) שרײַבט ער אַזוי:

די איינציקע צײַט װאָס מיר האָבן מבֿטל געװען פֿון לערנען און זיך אָפּגעגעבן מיט שטיפֿערײַ, איז געװען די ערשטע צװיי װאָכן אין חודש אָדר… מיר האָבן אין דער פֿרי פֿאַראורטיילט איינעם, שלא בפניו, פֿאַר אַ משניכנס… אויפֿן שולחן האָט מען אים געלייגט מיטן „הינטן“ אַרויף, און יעדער האָט דערלאַנגט װיפֿל קלעפּ ער האָט געקאָנט… איך אַליין בין אַ מאָל געװען אַ קרבן פֿון אַזאַ משנכנס איבערפֿאַל. איך װעל עס ניט פֿאַרגעסן װי לאַנג איך לעב.   

דער סיפּור־המעשׂה פֿון „װאָס פֿליסט דורכן אָדר“ שילדערט טאַקע אַזאַ סצענע, אָבער מיט אַן עראָטישן און לײַדנשאַפֿטלעכן בליק אויף דעם שטיפֿערײַ. דרײַ בחורים — לייבל (געשפּילט פֿון אַנדריושאַ קוזנעצאָװ), שײַקע (קאָרבין אַלאַרדײַס), און אַזריה (קאָסטיע שפּירא-טשורין) — קאָנספּירירן צו געפֿינען אַ „קרבן“ אויף דורכצופֿירן די טראַדיציע. פּלוצלינג קלײַבן לייבל און אַזריה גאָר אויס שײַקען אַליין.

די בחורים רײַסן זיך אַרום ביז לייבל און אַזריה בלײַבן אין זאַל אַליין. אַ הייסער ראָמאַנס צינדט זיך אָן צווישן זיי בשעת זיי זענען מקיים דעם משנכנס־מינהג צװישן זיך. דער עולם קוקט זיי אָן בעת זייער ראָמאַנס װערט װאָס שטאַרקער און דער ראש־ישיבֿה קומט זיי אָפּצושטעלן. אָבער ער איז צו שפּעט.

אין יאַשינסקיס טעקסט װערט די משנכנס־טראַדיציע אַן אידעאַל אָרט פֿאַר דראַמאַטישער אַנטדעקונג און רעליגיעזער פֿאַנטאַזיע. װי בײַ ס’רובֿ געשיכטעס פֿון קװירע, האָמאָסעקסועלע, אָדער אַנדערע מחוץ־למחנהדיקע מענטשן דאַרף מען געװיינטלעך דורכזיפּן דורך פֿאַרשיידענע, אָפֿט באַהאַלטענע אָדער נישט־אונטערגעשטיצטע, מקורים כּדי מע זאָל צונויפֿזאַמלען גענוג באַװײַזן צו שאַפֿן אַ גאַנצן פּאָרטרעט.

יאַשינסקי זאָגט אַליין אַז בעת זײַנע פֿאָרשונגען בײַם אָנשרײַבן די פּיעסע האָט ער קיינעם נישט געפֿונען װאָס האָט אַ מאָל געהערט פֿון אַזאַ מינהג. יאַשינסקיס ציל איז געװען „אויסצוטראַכטן װי אַזאַ מינהג װאָלט געוויסע מענטשן איבערגעשראָקן, נאָר אַנדערע — געטרייסט, ווען זיי זעען אַז זייערע אינעװייניקסטע, מיסטעריעזסטע געפֿילן ווערן צום טייל אָפּגעשפּיגלט אין אַן אַלטער, מיסטעריעזער, אַ מאָל אַװעקגעוואָרפֿענער מסורה פֿון זייער פֿאָלק.“

מע קען זאָגן אַז די פּיעסע האָט אַ צװייזײַטיקן ציל. ערשטנס גיט די משנכנס־מעשׂה אָנצוהערן וועגן אַ פּשוטן פֿאַקט װעגן פֿריִערדיקע ייִדישע דורות: מענטשן פֿון אַלע מינים און שיכטן האָבן זיך פֿאַרליבט, אַפֿילו װען ס’איז אַ מאָל געװען קעגן די אָנגענומענע נאָרמעס פֿון דער קהילה. אָבער צווייטנס, צוליב איר דירעקטקייט, האָט די פּיעסע אויך צעשמעטערט דאָס געװיינטלעכע אומפּינקטלעכע בילד פֿון דער זעלביקער געשיכטע. די בולטקייט און לעבעדיקייט פֿון דער פֿאָרשטעלונג שטעלט אונדז אַ פֿראַגע: װאָסערע אַנדערע זעלטענע מינהגים, מעשׂיות און מינים באַציִונגען זײַנען אונדז הײַנט אומבאַקאַנט? און װאָסערע זענען אונדז זוכה אויסצופֿאָרשן און אַפֿילו אויסצומאָלן אויף דער בינע אָדער אין דער קונסט?

דאָס װאָס די פּיעסע איז אַן עראָטישע װעט מסתּמא זײַן אַ חידוש פֿאַר אַ סך מענטשן. מע קען אויך שטעלן די פֿראַגע, פֿאַר װעמען שאַפֿט מען אַזאַ פֿאָרשטעלונג? װאָסער עולם װאָלט זי געקומען זען? אין טעאַטער־זאַל האָב איך געזען ייִדישיסטן און ייִדיש־רעדער פֿון אַלע עלטערס און הינטערגרונטן. עס זענען דאָרט אויך געזעסן אַ טייל פֿונעם נײַעם דור קװירע ייִדיש־רעדער װאָס האָבן חשק צו זען זייער רעאַליטעט אויסגעמאָלט אויף דער בינע. יאַשינסקי זאָגט אויך אַזוי:

„אַזאַ עולם האָב איך אפֿשר געהאַט אין זינען בשעת איך האָב געשריבן די פּיעסע… מענטשן װאָס װאָלטן געזען זיך אַליין אויף דער בינע, װאָס װאָלטן געפֿונען אין אונדזער דראַמע און אין דעם מינהג אַליין אַ נײַעם קװאַל פֿון אינספּיראַציע… פֿון פּרעצעדענטן פֿאַר זייער אייגן לעבן און ליבעס, טיף אײַנגעװאָרצלט אין אונדזער מסורה — און אויך די װאָס װאָלטן געקוקט אויף דער ליכט װאָס מיר שײַנען אויף די זאַכן מיט פּאַנישע אויגן, אָבער אויגן װאָס װערן צו ביסלעך צוגעװוינט צו דער אָ ליכט.“

 ערלעך גערעדט דאַרף די ייִדישע װעלט נאָך פּיעסעס אַלזעכע — פּיעסעס װאָס באַװײַזן אַספּעקטן פֿונעם ייִדישן לעבן אין די שטעטלעך און שטעט פֿון מיזרח־אייראָפּע (אַרײַנגערעכנט דעם ישיבֿה־לעבן), וואָס זענען ווייניק באַקאַנט און צום טייל שאָקירנדיק. מיר דאַרפֿן אַנטוויקלען פֿאָרמען פֿון ייִדישן טעאַטער וואָס שילדערן אַ נײַע און ברייטערע השׂגה פֿון ייִדישקייט — אַפֿילו מיט אַן עראָטישן טעם.

די ייִדישע שפּראַך, ווי אַלע גלותדיקע ייִדישע שפּראַכן, איז הײַנט געװאָרן אַ מין מקום־מיקלט פֿאַר די ייִדישע קװירע קרײַזן. אװדאַי איז דאָס נישט קיין נײַע זאַך, אָבער אין די לעצטע פּאָר יאָר האָבן אַ סך מער קװירע מענטשן זיך אויסגעלערנט ייִדיש כּדי צו שאַפֿן נײַע געזעלשאַפֿטלעכע פֿאַרבינדונגען, שטודירן די ליטעראַטור, פּאָעזיע, טעאַטער, און בפֿרט װי אַ סימן פֿון אַ ראַדיקאַלערער פּאָליטיק. איך בין אַ טייל פֿון דער־אָ כװאַליע — און ס’רובֿ ייִדישיסטן פֿון מײַן עלטער זענען אויך אַזוי. לייגט זיך אויפֿן שׂכל אַז אַזאַ אויפֿרײַסעריש שטיקל קונסט, װאָס פֿאַרנעמט זיך מיט מאַרגינאַליזירטע געשיכטעס פֿון ייִדן אין קלויז, וועט אונדז זײַן נאָענט צום האַרצן. יאַשינסקיס „װאָס פֿליסט דורכן אָדר“ איז דערפֿאַר טאַקע אַ װוּנדער.

מסתּמא איז דער ציל פֿון אַזאַ פּיעסע טאַקע צוצוציִען אַ נײַעם דור ייִדיש־טוערס. מסתּמא האָט אַזאַ פּיעסע אויך די כּװנה צו באַגײַסטערן אַנדערע. זי איז אָבער אָן אַ ספֿק אַן אַרבעט פֿון קולטורעלער אַרכעאָלאָגיע פֿאַרבונדן מיט אַ חשק אָפּצומאָלן אַן אַלט־נײַע ליבע צװישן ייִדישע בחורים. ליבע־מעשׂיות אַזעלכע האָבן אַ גרויסן כּוח.

יאַשינסקיס פּיעסע איז אַ סימן אַז דאָס הײַנטיקע פּנים פֿון ייִדיש־שפּראַכיקער װעלטלעכקייט איז נישט נאָר לעבעדיק, נאָר אָפּטימיסטיש, ועל־כּלום סענסיטיוו צו קװירע לײַט. און דאָס איז גוטע נײַעס.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version