דער פּאַפּירענער פֿאָרווערטס-וואָכנבלאַט פֿונעם 21סטן סעפּטעמבער 202The Forverts printout edition for Sept. 21, 2022
אין דעם נומער פֿון „דער פֿאָרווערטס־וואָכנבלאַט“, וואָס איר קענט אַליין אָפּדרוקן און לייענען אין אַ פּאַפּירענעם נוסח דורכן געבן אַ קוועטש דאָ, געפֿינען זיך די ווײַטערדיקע אַרטיקלען:
• דער שולקלאַפּער — אַ וויכטיקע פֿיגור סליחות־צײַט. זײַן קלאַפּן אויף די לאָדנס פֿאַרטאָג, ערבֿ די ימים־נוראָים, האָט געוועקט דעם עולם צום דאַווענען און צו תּשובֿה.
• „דאָס ווײַסע טיכל‟ — אַ דערציילונג פֿון חיים גראַדע. אַנדערע פֿרויען האָבן ראָש־השנה געטראָגן פֿוטערנע קראַגנס אָבער זי האָט געקוואָלן פֿונעם שיינעם צודעק פֿון איר מחזור.
• ווי אַ משפּחה האָט איבערגעלעבט דעם חורבן אונטער רומענישער אָקופּאַציע. אין דער אַמעריקאַנער חורבן־געשיכטע פֿאָקוסירט מען אַ סך מער אויף אוישוויץ, ווי אויף די טראַגעדיעס אין טראַנסניסטריע.
• איינאַקטער שילדערט עראָטישע ליבע צווישן ישיבֿה־בחורים. „וואָס פֿליסט דורכן אָדר“ מאָלט אָפּ אַ טראַדיציע, וואָס מע קען לייענען וועגן דעם אין מאַקס ווײַנרײַכס „געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך“.