פּאַפּירענער פֿאָרווערטס־וואָכנבלאַט פֿונעם 9טן נאָוועמבער 2022 The Forverts printout edition for November 9, 2022
אין דעם נומער פֿונעם „פֿאָרווערטס־וואָכנבלאַט“, וואָס איר קענט אַליין אָפּדרוקן און לייענען אין אַ פּאַפּירענעם נוסח דורכן געבן אַ קוועטש דאָ, געפֿינען זיך די ווײַטערדיקע אַרטיקלען:
• רחל ראָזשאַנסקיס בוך „ייִדיש אין ישׂראל“ געווינט פּרעמיע אויפֿן נאָמען פֿון דזשאָרדאַן שניצער. אין איר בוך שטעלט ראָזשאַנסקי זיך אַנטקעגן דעם געדאַנק אַז די ישׂראלדיקע אינסטאַנצן האָבן אונטערדריקט און פֿאַרווערט ייִדיש צוליב אידעאָלאָגישע סיבות.
• די שטאָט פּעטערבורג אין דער ייִדישער ליטעראַטור. שלום אַש האָט קוים געקענט די שטאָט אָבער האָט, וווינענדיק אין ניו־יאָרק, איר געווידמעט אַזש דרײַ ראָמאַנען.
• דאָס מאַכן סטאַטיסטיק וועגן ייִדיש קען זײַן דערשלאָגנדיק. מענטשן האָבן ליב זיך צו אידענטיפֿיצירן מיט לשונות וואָס עס גייט זיי גוט און זיך אָפּצוטרייסלען פֿון די וואָס עס גייט זיי מיט דער פּוטער אַראָפּ.
• די נקמה אויף אונדזער רבין, דעם רוצח. ס’איז נישט פֿאַרבײַ קיין טאָג וואָס דער לערער האָט נישט געפּאַטשט אַ תּלמיד אין דער באַק, געשלאָגן מיט די הענט ווי האַרטע שטיינער אָדער מיטן שטעקן.