Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

חנוכּה בײַ אַ מיידל אין אַ חסידישן שטעטלHanukkah For a Young Girl in a Hasidic Shtetl

ווי אַ קינד האָט די מחברטע זיך אונטערגענומען צו ראַטעווען די נשמה פֿון איר חבֿרטע וואָס האָט שוין אָנגעהויבן לייענען ענגלישע ביכלעך.

דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש.

חנוכה ברענגט ארויף אזויפיל זכרונות…

איך קען נאך הערן די שניי זיך ברעקלען אונטער מיינע פיס שפאנענדיג אין די שטילע טינקעלע גאסן פון מיין קליינע שטעטעלע. לעכטעלעך שיינען ארויס פון די פענסטער פון יעדע הויז און עס פילט ווי זיי שמייכלען צו מיר. אין ביידע הענט טראג איך אנגעפולטע זעקלעך. אין זיי ליגן פרישע הייסע מאלצייטן פאר די נייע קינד-בעטארנס זיך צו דערקוויקן. א קאלטע ווינט נעמט אדורך די ביינער אבער אין הארצן איז מיר ווארים.

איך האב אזוי ליב געהאט די מינוטן. באקאנטע פלעגן מיר פרעגן וויאזוי איך ווער נישט מיד פון גיין אין די היצן און קעלט, רעגן און גליטש. אבער מיין טייערע מאמע זאל זיין געזונט האט אין אונז אריינגעלייגט אזויפיל ליבשאפט צו חסד, איר גרעסטע גליק איז אלעמאל געווען מחי׳ צו זיין א צווייטן. איך האב געזען איר פנים אויפשיינען ווען מיין טייערע טאטע פלעגט ברענגען אן אומגעראכטענעם גאסט צו נאכטמאל. עס האט אריינגעברענגט א פרייד אין הויז. יעדעס מאל וואס די מאמע האט צוזאמקלאפט א הייסע פרישע מיטאג פאר א קראנקן אין שפיטאל, אדער פאר א מאמע פון א ניי-געבוירן קינד, האט זי אויסגעזען ווי זי וואלט געווינען א לאטערי טיקעט.

פון מיינע זיסטע חנוכה זכרונות זענען יענע מאמענטן שלעפנדיג „עושה חסד‟ זעקלעך אין די אוונט טינקלקייט, ארומגענומען מיט חנוכה-ליכטעלעך און ווייסע שניי.

יארן שפעטער ווען איך האב שוין געוואוינט אין דער גרויסער שטאט, ווייט פון מיין קליין שטעטעלע, מיט מיין פאמיליע פון פיר יונגע קינדער, איז געקומען א נייע זיסע חנוכה דערפארונג. מיין טעכטערל האט באקומען א מנורה צו קענען צינדן צוזאמען מיט איר ברודער. די פרייד אויף איר פנים האט אפגעשפיגלט די גליק אין מיין הארץ. איך האב גוט געדענקט ווי שטארק איך פלעג מקנא זיין אלס קינד, און אזוי געוואלט האבן א מנורה צו צינדן, אזויווי געציילטע פון מיינע חבר׳טעס. אבער אסך פרומע טאטעס פון אונזער קרייז האבן געגלייבט אז מיידלעך טארן נישט צינדן די מנורה. גרויס איז געווען מיין שמחה צו זען ווי מיין טאכטערל קען פייערן דעם יום טוב צואמען מיט יעדן.

עס ליגט מיר אין די ביינער אויך גאר אן אנדערע חנוכה געשעניש: א פייערדיגע דרשה אין סקול וועגן די סכנה פון ספרים חיצונים. די לערערין האט אויך ארומגערעדט די געוואלדיגע כח פון א שלעכטע איינפלוס. זי האט נאכגעזאגט די חסידישע ווארט: וואויל איז פאר די אויגן וואס האבן געזען אויגן, וואס האבן געזען א צדיק פון פריערדיגן דור. און זי האט ארויסגענומען א מוסר השכל און אונז געלערנט אז לויט דעם קען מען זאגן: וויי צו די אויגן וואס האבן געזען אויגן, וואס האבן געזען די טמא׳נע כלי: טעלעוויזיע. איך האב זיך דערשראקן זיך אנצוזאפן מיט אזא טיפע השפעה און מטמא זיין מיין נשמה, האב איך זיך פארגענומען מער קיינמאל נישט צו קוקן אין די אויגן פון א גוי. (ווען א גוי האט גערעדט צו מיר האב איך שטארק אכט געגעבן נישט צו קוקן אים אין פנים, נאר פאר א מינוט ווען עס פעהלט אויס בלית ברירה.)

שפעטער האב איך אויסגעפינען א שרעקליכע זאך: מיין טייערע חבר׳טע וואס האט נישט געהאט קיין מאמע, האט ליידער אנגעהויבן ליינען ענגלישע ביכער. נישט גוי׳שע ביכער, אבער ס׳איז אלס איינס געווען אין מיין יונגע מח ווייל די לערערין האט דאך אזיפיל גערעדט וועגן די געפאר פון די טמא׳נע ענגלישע שפראך און ווי טיף עס קען ווירקן אויף די נשמה. איך האב אפגעמאכט אז איך מוז עפעס טון צו ראטעווען מיין טייערע חבר׳טע׳ס נשמה. כל ישראל ערבים זה לזה.

איך האב געווידמעט יעדע פרייע מינוט אין טאג מסדר צו זיין די הונדערטער „דאס אידישע ליכט‟ העפטלעך, וואס מיר האבן געהאט אין הויז. ווען מיין חבר׳טע האט מיר דערציילט ווי שטארק זי זוכט א גוטע ביכל צו ליינען האב איך פארגעשלאגן: „אויב דו ווילסט קען איך דיר ברענגען אינטערעסאנטע ׳פארזעצונגען׳ (סעריעס) פון ׳דאס אידישע ליכט׳.‟ זי האט זיך געפרייט פון מיין פֿארשלאג און מיר שטארק באדאנקט.

איך האב זיך געפילט גליקליך: מיט יעדע יידישע ביכל וואס איך געב כאפ איך אריין די געוואלדיגע זכות פון אפהיטן איר נשמה פון סכנה פון די ענגלישע ביכלעך וואס זי וואלט געליינט אנשטאטס דעם…

לאנג האט אבער מיין גליק נישט אנגעהאלטן. מיין חבר׳טע האט געשלינגען ליין-מאטריאל ווי א דורשטיגער אין מדבר, און אין א קורצע צייט האב איך זיך ארומגעזען אז די קוואל פון פארזעצונגען האלט זיך שוין ביים ענדיגן… איך האב געפרעגט מיין מומע׳ן אויב איך קען בארגן אירע אלטע בענדער, און געזעסן שעהען ביי אן אנדערע מומע מסדר צו זיין איר „אידישע קוואל‟ אבער איך האב איינגעזען אז איך וועל מוזן צוטראַכטן א פלאן ווייל די אלע קאלעקציעס זענען איינס איינס אויסגעגאנגען. ענדליך איז מיר איינגעפאלן: אפשר קען איך אליין אנשרייבן א „פארזעצונג‟?! איך וועל עס מאכן מיט א גוטן מוסר השכל וואס זאל איר געבן די שטארקייט קעגן אירע שווערע נסיונות.

איך וויל אבער נישט זי זאל וויסן אז איך שרייב דאס, וועל איך עס מוזן אפדרוקן אז ס׳זאל אויסזען מער עכט, און זי זאל עס וועלן ליינען.

די שאלה איז נאר: וואו קען איך עס אויסטיפירן?

איך האב באשלאסן צו פרואוון מיין מזל מיט א גוטהארציגע שכנה וועלכע האט געהאט א קאמפיוטער אין שטוב פאר איר מאן׳ס ארבעט.

יארן שפעטער, ווען איך בין א כלה געווארן, האט מיר יענע זיסע שכנה געזאגט אז זי האט פאר מיר א ספעציעלע „דרשה געשאנק‟. זי האט ארויסגענומען מיין בריוו וואס איך האב צו איר געשיקט, און מיר דערציילט ווי שטארק עס האט איר איבערגענומען מיין תמימות. „איך האב עס אזוי ליב געהאט אז איך האב עס באהאלטן פאר דיר צו געבן, ווייל איך האב געוואוסט דו וועסט זיך פרייען‟.

אט איז דער בריוו וואס איז ארויסגעקומען פון א לערערין׳ס פייערדיגע חנוכה דרשה:

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version