Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

געבוירן־טעג — נישט קיין ייִדישע זאַךBirthdays aren’t really Jewish

לייענט וואָס בעלאַ שאַגאַל, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי און איציק מאַנגער האָבן געשריבן וועגן דעם מינהג.

ערשט ניט לאַנג צוריק האָב איך געפּראַוועט אַ געבוירן־טאָג, האָב איך זיך גענומען אַרײַנטראַכטן אין דעם ענין „געבורטסטאָג“ (אַזוי האָבן מיר דאָס אַ מאָל אָנגערופֿן). איך האָב אײַנגעזען אַז אַ דאַנק דער דאַטע פֿון מײַן געבוירן־טאָג, דעם 24סטן דעצעמבער, ד״ה ערבֿ־ניטל, האָב איך זיך דערוווּסט אַז ס’איז דאָ אַ וועלט אויסער די נאָענטע ראַמען פֿון מײַן היימישער סבֿיבֿה, וווּ כּמעט אַלע זײַנען געווען ייִדן און אַז די וועלט איז אַנדערש פֿון מײַן וועלט.

ווי אַזוי? ווען אַ קליין קינד גייט ערגעץ מיט דער מאַמען אָדער דעם טאַטן, אײַנקויפֿן, צום דאָקטער אָדער וווּ עס זאָל נישט זײַן, זײַנען די ערשטע פֿראַגעס וואָס מע פֿרעגט, „ווי הייסטו, מיידעלע, ווי אַלט ביסטו און ווען איז דײַן געבוירן־טאָג?“. ווען איך האָב געענטפֿערט, „דעם 24סטן דעצעמבער“ זײַנען געווען צוויי אָפּרופֿן — אָדער „ווי שיין, ביסט אַ קריסטמעס־בייבי“ אָדער, „נעבעך, קריגסט מסתּמא ווייניקער מתּנות ווײַל ס’איז ניטל“. איך פֿלעג אַ ביסל שעמעוודיק (אָבער שטאָלץ) ענטפֿערן אַז מיר מאַכט עס ניט אויס ווײַל איך בין אַ ייִדישע און פּראַווע ניט קיין ניטל. דורך דעם ענין געבוירן־טאָג האָב איך אָנגעהויבן דערקענען אַנדערשקייטן צווישן זיך, אַ ייִדישער טאָכטער, און דער אַרומיקער וועלט, און דורכן דערקענען אַנדערשקייטן הייבט מען אָן אויספֿורעמען אַן אייגענע אידענטיטעט. דאָס הייסט, די גליקלעכע אָדער אומגליקלעכע דאַטע פֿון מײַן געבוירן ווערן איז געווען אַ וויכטיקער פֿאַקטאָר אין אויסקריסטאַליזירן מײַן פֿריִיִקע ייִדישע אידענטיטעט.

ס’איז טאַקע אַ ביסל איראָניש ווײַל דאָס פּראַווען געבוירן־טעג איז ניט געווען קיין אָנגענומענע זאַך בײַ מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן: סע האָט געשמעקט מיט אַסימילאַציע, און דאָס שפּיגלט זיך אָפּ אין דער ייִדישער ליטעראַטור.

בעלאַ שאַגאַל גיט פּרעכטיק איבער די נײַקייט פֿון דעם מינהג אין דעם קאַפּיטל „דער געבורטסטאָג“ אין איר ביכל „די ערשטע באַגעגעניש“, אָפּגעגעבן איר ליבע מיט דעם קינסטלער מאַרק שאַגאַל מיט וועמען זי האָט חתונה געהאַט אין 1915. דאָס פּאָרל זיצט אין דרויסן און קוקט אויף דער לבֿנה און זי פֿאַרטראַכט זיך און זאָגט:

— מען זאָגט, יעדער איז געבאָרן אונטער זײַן שטערנדל… הער, ווי אַלט ביסטו? גיב איך מיט אַ מאָל אַ פֿרעג. — ווען ביסטו געבאָרן, דו ווייסט — גיסט אויף מיר אַ קוק, ווי איך וואָלט פֿון הימל אַראָפּגעשפּרונגען.

— ווילסט טאַקע וויסן? אָפֿט מאָל האָב איך מיך אַליין געפֿרעגט. מײַן טאַטע האָט מיר אַ מאָל אַ זאָג געטאָן, אַז צוליב דודן, מײַן ברודער, כּדי ער זאָל האָבן כאָטש אַ שטיקל „לעגאָטע“ [באַפֿרײַונג פֿון מיליטער־דינסט], האָט ער מיך פֿאַרשריבן מיט צווי יאָר עלטער.

— איז ווען ביסטו פֿאָרט געבוירן געוואָרן?

און מאַרק הייבט אָן אויסצורעכענען אַז היות די מאַמע האָט פֿאָרגעוואָרפֿן דעם טאַטן הלמאַי ער זוכט נאָך ניט קיין שידוך פֿאַר זײַן שוועסטער כאַנקע, וואָס „איר איז דאָך, גאָט צו דאַנקען, באַלד זיבעצן יאָר“, מוז ער שוין זײַן העכסטנס נײַנצן.

ווען בעלאַ פֿרעגט אים אויב ער ווייסט אין וועלכן טאָג גענוי ער איז געבוירן געוואָרן, רופֿט ער זיך אָפּ, „ווער ווייס? ווער קאָן עס וויסן, חוץ דער מאַמען? — און די מאַמע האָט אַוודאי פֿאַרגעסן. געהאַט אַזוי פֿיל קינדער“.

אויסגערעכנט דעם טאָג ווען עס דאַרף אויספֿאַלן זײַן געבורטסטאָג מאַכט אים בעלאַ אַ סורפּריז. זי רײַסט אים אָן אַ בוקעט בלומען, קלײַבט צונויף אַלע אירע „קאָלירטע טיכער, שטיקער צײַג, אַפֿילו אַראָפּגעשלעפּט פֿון בעט די פֿריילעכע, בונטע קאָלדרע און פֿאַלט צו אים אין שטוב אַרײַן און זאָגט אים אָן די בשׂורה אַז ס’איז הײַנט זײַן געבורטסטאָג. ער הייסט איר בלײַבן שטיין וווּ זי איז און ער גיט אַ שטעל אַוועק דעם מאָלברעט און פֿאַלט אָן אויף דעם לײַוונט. און זי דערמאָנט אים שפּעטער ווי ער האָט געמאַכט דאָס בילד, „גיסט פֿאַרב. רויטע, בלויע, ווײַסע, שוואַרצע. פֿאַרשלעפּסט מיך מיט דער שטראָם פֿון פֿאַרבן. מיט אַ מאָל מיך אָפּגעריסן פֿון דער ערד און אַליין שטופּסטו זיך אָפּ מיט איין פֿוס, ווי דיר וואָלט געווען צו ענג אין דײַן קליינעם צימער… און ביידע אין איינעם הויבן מיר זיך גרינג אויף איבער דעם אויסגעפּוצטן צימער און פֿליִען אַוועק זאַלבענאַנד“ . געענדיקט, זאָגט שאַגאַל, „מיר וועלן עס אָנרופֿן ‘דער געבורטסטאָג’“.

ס׳רובֿ מענטשן וואָס קוקן אויף דעם בילד ווייסן ניט דעם בראשית דערפֿון. מע ווייסט ניט אַז די אינספּיראַציע איז דאָס התלהבֿות וואָס קומט פֿון פּראַווען עפּעס נײַס, פֿון זאָגן אַז מע מעג איין טאָג אַ יאָר אַרויסהייבן דעם יחיד און פּראַווען פֿאַר אים, נאָר פֿאַר אים, אַ יום־טובֿ: אַ מאָדערנער געדאַנק אין דעם ייִדישן לעבן וואָס איז אין סתּירה מיט דער שליטה פֿונעם כּלל אין דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבן.

אין אירע זכרונות, „מײַן עלטער-זיידנס ירושה“, אין דעם קאַפּיטל „אין ביאַליסטאָק“ אַנטוויקלט  קאַדיע מאָלאָדאָווסקי ווײַטער דעם געדאַנק אַז דאָס פּראַווען אַ געבוירן־טאָג איז נישט געווען קיין טראַדיציאָנעלע ייִדישע זאַך. פֿאַקטיש האָט מען אָפֿט גערופֿן דעם טאָג נישט „געבורטסטאָג“ אָדער „געבוירן־טאָג“ נאָר „אימענינעס“ (פֿונעם סלאַווישן וואָרט אימיאַ/אימיע) וואָס איז טײַטש „נאָמען“ ווײַל בײַ קריסטן איז דאָ אַ מינהג פֿון פּראַווען דעם טאָג וואָס איז פֿאַרבונדן מיט עמעצנס טויפֿנאָמען — בדרך־כּלל דער נאָמען פֿון אַ ביבלישער פֿיגור אָדער אַ סיינט (אַ קריסטלעכן צדיק). פֿאַרשטייט זיך, ייִדן האָבן ניט איבערגענומע דעם מינהג פֿון פּראַווען אַ טאָג לכּבֿוד אַ קריסטלעכן צדיק. נאָר זיי — ד״ה די מער אַסימילירטע — האָבן יאָ איבערגענומען דעם נאָמען פֿון דער קריסטלעכער פֿײַערונג.

מאָלאָדאָווסקי דערציילט ווי, זײַענדיק אין וואַרשע, האָט זי געוואָלט גיין הערן י. ל. פּרצן רעדן אָבער זי האָט ניט געקענט ווײַל ס’איז אויסגעפֿאַלן די „אימענינעס“ (געבורטסטאָג) פֿון דער עלטערער טאָכטער פֿון איר קרובֿה און זי מוז זײַן דערבײַ. זי גיט באַלד איבער אַז דער ענין „אימענינעס“ איז פֿאַר איר געווען „אַ נײַע נײַס. בײַ אונדז אין ברעזע האָב איך קײן מאָל ניט געהערט פֿון קײן אימענינעס. װער געדענקט דעם טאָג װען אַ מײדל װערט געבױרן? װאָס איז, זי דאַרף װערן בר־מיצװה?“

דער אמת איז, ווי מיר זעען בײַ בעלאַ שאַגאַלן, האָט מען אויך ניט געהאַלטן קיין חשבון פֿון ווען ייִנגלעך זײַנען געבוירן געוואָרן. אַפֿילו פֿון מײַן אייגענער משפּחה געדענק איך אַז מע האָט גיכער גערעדט וועגן ווען מע האָט עמעצן „פֿאַרשריבן“ (ד״ה אָפֿיציעל געגאַנגען אין אַ ביוראָ צו פֿאַרשרײַבן אַז אַ קינד איז געבוירן געוואָרן) ווי וועגן ווען ער אָדער זי איז געבוירן געוואָרן. דער טאָג ווען מע האָט עמעצן „פֿאַרשריבן“ האָט געקענט דינען ווי אַ געבוירן־דאַטע. וועמען מאַכט עס אויס? מע האָט דען געהאַט צײַט אָדער אינטערעס צו טראַכטן אויב מען איז אַ „ליבראַ“ אָדער אַן „אַקוואַריוס“? בײַ ייִדן האָט מען ווייניקער גערעדט וועגן געוויסע דאַטעס און אַפֿילו חדשים ווי וועגן צײַטן פֿון דעם ייִדישן לוח, ווי למשל, פֿאַר פּסח, נאָך שבֿועות, אָדער חנוכּה־צײַט. קאַדיע זאָגט עדות אויף דעם ווײַטער אין דעם זעלבן פּאַראַגראַף.

„װעגן מײַן געבױרן־טאָג איז בײַ אונדז אין שטוב שטענדיק געװען אַ װיכּוח. צי איך בין געבױרן געװאָרן ערבֿ־פּורים, צי ערבֿ־שבֿועות. אײן זאַך איז געװען זיכער, אַז ס’איז געװען אַ רעגנדיקער טאָג. אַ מאָל פֿלעגט מען אָפּפּסקענען אַז ס’איז געװען ערבֿ־פּורים. והאָ־ראַיה מען האָט געבאַקט אַ קױלעטש, צו דער פּורימדיקער סעודה. אָבער אױף שבֿועות באַקט מען אױך אַ קױלעטש, און אַ רעגן קען טרעפֿן ערבֿ־פּורים און ערבֿ שבֿועות. איז עס געבליבן הענגען אױף אַ תּיקו. צו מײַן גרױסן באַדױערן האָט מען געװוּסט גענױ װען עס איז געבױרן געװאָרן מײַן קרובֿהס טאָכטער, און אין װאַרשע איז געװען אַ מאָדע אימענינעס, װאָס צוליב דעם האָב איך ניט געקענט גײן הערן פּרצן אין הזמיר“.

אין זייער אַ רירנדיק קאַפּיטל זכרונות, „מײַן טאַטע פּראַוועט אַ געבורטסטאָג“, דערציילט דער פּאָעט איציק מאַנגער ווי זײַענדיק אין דער היים אין טשערנעוויץ, האָבנדיק געקומען פֿון וואַרשע, האָט דער טאַטע „כּמעט ווי שעמעוודיק מיך פֿאַרבעטן אויף אַ גלעזל ווײַן בײַ די ‘חסידים’ אין ווײַנקעלער“. ניט נאָר אים, דעם גאַסט, האָט ער פֿאַרבעטן, נאָר אויך זײַן ברודער און שוועסטער. די קינדער האָבן באַלד פֿאַרשטאַנען אַז ס’איז ניט סתּם, עס מוז זײַן עפּעס אַ סיבה.

אין ווײַנקעלער איז אַלץ קלאָר געוואָרן. „מײַן טאַטע האָט זיך אויפֿגעשטעלט אויף אַ בענקל מיט אַ גלעזל ווײַן אין דער האַנט… און האָט אָנגעהויבן: „איך ווער הײַנט אַלט פֿיר און פֿופֿציק יאָר“. הייסט עס, זעט מאַנגער אײַן, אַז צום ערשטן מאָל אין זײַן לעבן האָט דער טאַטע באַשלאָסן צו פֿײַערן זײַן געבורטסטאָג. 54 יאָר זענען פֿאַר אים געווען אַ וויכטיקע דאַטע“, אָבער ער גיט באַלד צו, „בײַ מײַן מאַמעס לעבן האָט קיינער בײַ אונדז נישט געפּראַוועט קיין געבורטסטעג. מײַן מאַמע האָט נישט געהאַלטן פֿון די ‘דײַטשע מאָדעס’“.

דער טאַטע  אָבער האָט דעם געבורטסטאָג אין גאַנצן ניט אָפּגעמערקט אויף דעם דײַטשן שטייגער, נאָר מיט עכטער ייִדישער ערנסטקייט און פּאַטאָס. ווי דער טאַטע גיט די מענטשן אין ווײַנקעלער צו פֿאַרשטיין, „אַזוי ווי איך ווער הײַנט 54 יאָר און אַזוי ווי מײַן זיידע שמעון איז געשטאָרבן בײַ 54 יאָר און מײַן טאַטע אַבֿרהם איז געשטאָרבן בײַ 54 יאָר און אַזוי ווי מײַן עלטסטער זון פֿאָרט איצט צוריק קיין פּוילן, וויל איך פֿאַר אים — ווײַל איך ווייס נישט צי וועל איך אים נאָך אַ מאָל זען — דערציילן עפּעס פֿון מײַן לעבן“.

מאַנגער פֿאַרשטייט די וויכטיקייט פֿון דעם באַשלוס, אַז ס’איז נישט סתּם פּראַווען אַ געבורטסטאָג נאָר אַ צײַט איבערצוגעבן עפּעס וועגן זיך, וועגן זײַן לעבן, און דווקא איצט, ווײַל וועדליק דער משפּחה־געשיכטע, ווער ווייסט וואָס קען געשען צו 54 יאָר?  און ער קאָמענטירט אויף דעם ווי נאָר אַ פּאָעט קען, „איך האָב געוווּסט, אַז מײַן טאַטע האָט ליב צו גראַמען, אָבער דאָס וואָס ער האָט אימפּראָוויזירט יענעם אָוונט איז געווען עפּעס מער, אַ סך מער ווי גראַם־שטראַם“.

דער געבורטסטאָג איז בײַ מאַנגערס טאַטן נישט קיין „דײַטשע מאָדע“, ניט קיין שׂימחה מיט פֿרייד און הוליען, נאָר גיכער, ווי מאַנגער גיט ווײַטער איבער, „אַ ווידוי און אַ ווייטיק, אַן על־חטא און אַ פּראָטעסט: אַ דערמאָנען די אייגענע יוגנט זײַנע, וואָס איז אויפֿגעגאַנגען אין אַ קליין מיזרח־גאַליציש שטעטעלע“. און זיכער, אין דער צײַט, נאָך אַלץ אַ זעלטענע זאַך [דעמאָלט] בײַ ייִדן.

אפֿשר געפֿינט זיך די פֿריסטע גוט־באַקאַנטע דערמאָנונג פֿון געבורטסטעג אין דער ייִדישער ליטעראַטור אין גאָלדפֿאַדענס פּיעסע „די כּישוף־מאַכערין“ וואָס עפֿנט זיך מיט אַ סצענע וווּ מע פּראַוועט דעם 17טן געבוירן־טאָג פֿון דער העלדינע מירעלע. די געסט זינגען איר דאָס ליד, „צו דײַן געבורסטאָג“ וואָס איז טאַקע געוואָרן דאָס ייִדישע געבורטסטאָג־ליד. דער לייענער אָדער צוקוקער פֿאַרשטייט אַז דאָס פּראַווען אַ געבורטסטאָג איז אַ גאַנץ נײַע אינאָוואָציע בײַ ייִדן. מירעלעס חתן הייסט דאָך מאַרקוס און דער נאָמען אַליין זאָגט אונדז אַז ער איז שוין מער מאָדערן, אַ משׂכּיל.

אין דער ווײַטערדיקער סצענע ווען מירעלעס טאַטע דערקלערט דעם נאַרישן/קלוגן פּעדלער האָצמאַכן,, אַז דער יום־טובֿ וואָס מע פּראַוועט בײַ זיי איז מירעלעס געבורטסטאָג און ניט אירע תּנאָים אָדער חתונה, ווי האָצמאַך האָט פֿאַרשטאַנען פֿון דעם לעקעך און בראָנפֿן וואָס ער זעט אויפֿן טיש, זאָגט האָצמאַך: „וואָס הייסט דאָס באָדסטאָג? ס’הייסט אין דעם טאָג וואָס מען גייט אין באָד אַרײַן? ס’הייסט אַז מען דערמאָנט זיך בײַ אײַך דעם טאָג וואָס מען איז געבוירן געוואָרן דאַרף מען מאַכן אַ יום־טובֿ? און איך ווייס אַז איך פֿאַרשעלט מיר די יאָר און טאָג וואָס איך בין געבוירן געוואָרן אויף דער וועלט אַזוי פֿאַרשוואַרצט צו ווערן“.

האָפֿנטלעך איז דער טאָג פֿון אונדזער געבוירן ווערן אַ טאָג נישט וואָס מיר פֿאַרשעלטן, נאָר וואָס מיר בענטשן.

 [וואָס מיר בענטשן און וואָס מיר פֿאַרשעלטן נישט.] איז לאָמיר טאַקע פֿאַרענדיקן מיט ביידע סטראָפֿעס פֿון גאָלדפֿאַדענס באַרימטן געבורטסטאָג ליד. מיר איז די צווייטע סטראָפֿע געווען אין גאַנצן נײַ. די זייער דײַטשמערישע שפּראַך אַליין זאָגט עדות אויף וואָס פֿאַר אַ נישט־ייִדישע זאַך „געבורטסטאַג“ איז דעמאָלט געווען בײַ ייִדן.

צו דײַן געבורטסטאַג, צו דײַן יום־טובֿ הײַנט

האָבן זיך פֿאַרזאַמלט דײַנע גוטע פֿרײַנד,

יעדער ווינטשט דיר צו געטרײַע רייד

פֿיל נחת, און פֿיל פֿרייד.

וויוואַט! וויוואַט! דו ליבעס קינד

וויוואַט! מיר ווינטשן דיר געזונט.

געבראַכט האָט יעדער אין זײַנע הענט

צו דײַן געבורטסטאַג דיר אַ פּרעזענט

פֿונעם גאַנצן האַרצן, נעמטס, נעמטס דיר

אַזוי ווינטשן אַלע מיר,

וויוואַט! וויוואַט!… אאַז״וו

מיר ייִדן זײַנען אָבער אַ פֿאָלק וואָס נעמט איבער מינהגים, ווערטער און פֿירעכצן פֿון דער אַרומיקער סבֿיבֿה און פֿאַראייגענען דאָס אויף אונדזער אייגענעם שטייגער. דאָס ליד איז אַזוי פֿיל ייִדישלעכער ווי דאָס העברעיִשע „יום הולדת שׂמח“ צו דער מעלאָדיע פֿון „העפּי בערטדיי“. ס’איז שוין אַרײַן אין פֿאָלק און געוואָרן אַ ייִדיש ליד. זינגט געזונטערהייט.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version