Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ ישיבֿה טיף אין וואַלדA yeshiva deep in the forest

ווען איך האָב בײַ 13 יאָר זיך דערוווּסט אַז ס’געפֿינט זיך אַ ישיבֿה גדולה אין מיטן וואַלד האָב איך באַשלאָסן אַז איך מוז דאָרט ווערן אַ תּלמיד

דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אויף חסידיש ייִדיש.

ווען איך בין געווען א בחור פון דרייצן יאר, האב איך געהערט שמועות דורך בחורים אין מיין שיל וועגן א חסידישער ישיבה-גדולה מעבר לים מיטן נאמען „צורת האות“, וואס געפינט זיך אינמיטן א וואלד, און וואו מען לערנט איין יסוד גדול: לאך און פייף זיך אויס אויף דער מענטשהייט, שטעק א צונג דער וועלט, און עסן עסט מען דארטן שריים, און שלאפן שלאפט מען אין האלב איינגעפאלענע הילצערנע כאטקעס, און ס׳איז „געלויבט דער פון אויבן“.

ס׳האט מיר א רייץ באנימען און געשוואוירן האב איך זיך אז יהיה מה שיהיה, זאל זיין וואס זאל זיין, איך דארף דארטן אהין אין דער ישיבה אנקומען.

„טאטעשי, איך וויל גיין לערנען אין דעם וואלד!“ האב איך געזאגט.

„קינד לעבן, דו ביסט נאך יונג, לערן בעסער דאהי אינעם שטאטישן ישיבה, ס׳איז קליין ס׳איז נאנט.“

„ניין, איך בין שוין נישט א קליינער בחור, איך האב קיין פחד נישט פון א גרויסער ישיבה.“

„זע, טאמער לערנסטו דאהי, וועסטו לערנען אין דעם זעלבן ישיבה ווי דיין טאטע האט געלערנט.“

„ניין ניין, איך וויל גיין אין א ישיבה ווייט אוועק, אינדרויסן פון שטאט, אין דעם וואלד.“

„אבער דארטן לעבט מען זייער צוריקגעשטאנען,“ האט דער טאטע געזאגט. „ווייניג עסן, אלטע עסן, ווינטער פרירט מען, זומער שוויצט מען. זע, אז דו בלייבסט דא, קענסטו אהיימקומען יעדן פרייטיק, מאמי וועט דיר מאכן בולקעס מיט קוגל און יאסל ידען וועט לערנען מיט דיר חכמת קידוש החודש.“

„איך וויל גיין דארטן וואו מ׳לעבט צוריקגעשטאנען טאטעשי, איך וויל נישט לערנען אין שטאט!“

צום סוף האט זיך מיין טאטע אונטערגעגעבן און ס׳געבליבן, מ׳שיקט מיר צום היזיגן (היגן) פארהערער מטעם, אין שליחות פון דעם ישיבה. גליק האט ער געהייסן, פון לימענע סטראַט (לימענע־גאס), אליינס א געוועזענער תלמיד פון ״צורת האות״. אין אט דעם בן אדם איז פון יעצט אן געוואנדן מיין חלום.

הכלל, איך קום אן צו אים אין שטוב, א בלאסליך רונדיג געזיכט מיט א שווארץ שנה ראשונה בערדל — א יונג בערדל ווי ביי א יונגערמאן די ערשטע יאר נאך די חתונה. א גוטמוטיגער ״אנשי שלומינו׳ניק״, א היימישער איד, פרעגט ער מיר קשיות פון גמרא אויף אויסנווייניג, און איך צעגער נישט, איך וואקל זיך נישט, און ענטפער אויף אלעם שארף און קלאר. באותה שעה איז ער אין מיינע אויגן פארגעקומען ווי דער שומר הפתח פון א גלוסטיגער לונא פארק (אטראקציע־פארק), דער וואס מיט זיין וועזן שטעלט מיט זיך פאר דעם גאנצן צורת האות׳דיגן ווירטשאפט, ווי עס זאל הינטער זיין רוקן ליגן פארשטעקט דער גאנצער ארטיגער צויבער אויף די גראז מעבר לים, די פרייע פעלדער און אלע אירע לוסטיגע ווילדענישן.

הקיצור, איך קום אהיים ביינאכט א פארהערטער, און כ׳ווארט אויף גוטע נייעס. איך ליג אין מיין געלעגער און כ׳קען זיך קוים דערהאפן אז דער יונגערמאנטשיק וועט איבערגעבן די חברה דארטן אז איך בין גוטע סחורה, און איך חלום אויף דער וואך ווי ס׳איז ברוכים הבאים, איך ווער א טייל פון דער ישיבה דארטן הינטערן שטאט.

אויף צומארגנס קריגט מיין פאטער א טעלעפאן פונעם עיר הבירה מעבר לים, דאס איז דער מנהל פונעם ישיבה. יענער רעדט און מיין טאטע שווייגט.

בקיצור המעשה, מיין טאטעס פנים איז ווי מען זאגט: סע שטינקט נישט און סע שמעקט נישט, א לא איש בשורה אנוכי׳דיקס, ס׳איז ניכר אז די נייעס דא איז נישט אזוי איי איי איי… אן אן אויסדרוק אויפן פנים קערט ער זיך צו מיר, בשעת אלעמענס אויגן זענען געוואנדן צו אים… אפגעשטאמלט און אפגעזאגט דאס אוממעגליכע, האב איך טאקע געמיינט אז אט באלד קומט מיר דאס וועלט צו א סוף.

איז וואס אזיינס האט טאקע דער מנהל פונעם עיר הבירה געזאגט? געזאגט האט ער בערך אזוי: „האַלאָ, שלום עליכם ר׳ נחמן יענקל, גרוסן פון אייער זון, ער איז א נישקשה׳דיגער בחור, ברוך השם ברוך השם, איז אזוי, אין הכי נמי אייער בחור איז א פיינער בחור, ער האט א גוטער הבנה, און דוקא אז מען פרעגט אים איבער די זעלבע שאלה אויף אן אנדער אופן קען מען דערשנאפן עפעס וואס אן ענטפער פון אים.“

„איז אשר על כן — זאגט מיין טאטע, אנגעצויגן אזש דער געבינדענער שמחזאי פון די הרי החושך ציט אים ביי די קייטן.

„גוט גוט, איז אשר על כן איז אזוי — ענטפערט דער מנהל מיט געמאסטענע ווערטער — ווען וועלט איז וועלט וואלט געווען א כבוד פאר אונז צו קענען האבן אייער בחור, א קלייניגקייט, אן אייניקל פון גרויסע זיידעס. נאר צום באדויערן, מיר האבן אן איבערפלוס פון בחורים דעם זמן, און אויכעט, די הנהלה האט געקלערט אז אפשר וועט אייער בחור נישט שפירן זיך פאסיק אין דער ישיבה.“

„וואס הייסט נישט פאסיק? ער שפירט זיך דווקא יא פאסיק,“ ענטפערט דער טאטע.

„ר׳ נחמן יענקל, וועל איך מיט אייך רעדן אביסעלע, ווי מען זאגט, ברחל בתך הקטנה, גלייך צו דער זאך… אייער בחור איז א נישקשה׳דיגער קיין הרע, נאר וואס דען? נישט אזוי אויפן ניווא פון אונזער ישיבה. דאס וועט אייך קאסטן פריוואטע מלמדים כדי אייער זון זאל זיך קענען אריינפאסן דא. ס׳איז אבער אן עבירה אידיש געלט, איז פאלגט מיר, ס׳וועט אייער בחור׳ל גארנישט פאסירן אז ער וועט גיין אין א ישיבה ביי אייך אין שטאט, צי ערגעץ אנדערש, די וועלט איז גרויס.“

נו, זאל איך אייך אראפמאלן וויאזוי איך האב יענעם מאמענט געשפירט?!… דאס איז געווען דער אומגליקלעכסטער טאג אין מיין לעבן. ווי מען זאל מיר זאגן: גיי צוריק צו דיין געסל, צו דיין נעסט, שימל וואו דו האסט ביז יעצט געשימלט.

אלע — טאטע, מאמע, זיידע, שוועסטער, ברודער — האבן אויף מיר רחמנות געהאט. דער געקלאגט מיט מיר, דער מתפלל געווען מיט מיר, דער געשאלטן מיט מיר, זיך געבייזערט אויף דער ישיבה, „יענע פאררעטער!“ זיידע האט אפילו זיך געשוואוירן, הער איך פון מיין טאטן, אז יענער האט אומפארשעמט געשפיגן אין פנים, פארראטן, אונז די ר״ר צאצן אליינס?! אפזאגן זיינס א בנש״ק׳ל, א רביש אייניקל?! נו ווארט ווארט, זיידע וועט אים שוין לערנען לקח!

וואס פארא א לקח וועט אים דער זיידע אנלערנען? טאקע אנשייגעצן? פרעג איך מעשה-נו מיין טאטן, שוין טאקע האפענענדיג פאר א שטיקל נקמה פאר מיין פארשעמטער נשמה.

איך האב מעולם (פון אייביג) נישט אונטערגעשאצט מיין זיידנס געניטקייט. אז ער האט נאר געגעבן א צאמפרעס די בארד מיט די וואנצעס און נאך דערצו געטון א מאך אן עושה שלום (א טריט צוריק) האבן מיר אין דער מאמענט אלע געוואוסט אז קל נקמות השם קל נקמות הופיע (ס׳דא א גאט פון נקמה).

„קיין אנשייגעצן נישט, אבער ווי מען זאגט ‘אויס קאזאק’! מער איז דער יעניגער מנהל אונזער חבר נישט מער!“

נו, פון קיין פשטא מונח זרקא (געזינגעכץ און געזאגעכץ) קען מען קיין בולקע נישט מאכן, פון א יתמו שונאינו (קללות) ווערט נאך דער שונא נישט צו׳מזיק׳ט. מיר איז דערווייל ווייטער געווען חורבן ירושלים.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version