Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

נײַע נאָוועלע פֿירט לייענער פֿון ביראָבידזשאַן ביז דער תּל־אָבֿיבֿער ייִדיש־ליטעראַרישער סצענעNew Yiddish novella takes you from Birobidzhan to Tel Aviv’s Yiddish literary scene

בער קאָטלערמאַנס טראַגי־קאָמעדיע ׳קוידערוועלש׳ דינט ווי אַ שטיפֿעריש פּורימשפּיל

אַ מאָל האָבן זיי אויסגעמײַסטרעוועט אַ ליאַלקע, אַזוי גרויס ווי אַ מענטשל. די ליאַלקע האָבן זיי אָנגערופֿן „האָמין“ און גענומען זי איבערוואַרפֿן איינער דעם צווייטן מיט געלעכטער. דערנאָך האָבן זיי אויסגעמײַסטרעוועט צווישן צוויי ביימער אַ מין תּליה און אויפֿגעהאָנגען דעם „האָמינען“, נעבעך.

די־אָ אויסטערלישע סצענע ווערט געבראַכט באַלד אין אָנהייב פֿון בערל קאָטלערמאַנס נײַער נאָוועלע, „קוידערוועלש“. דאָס איז בלויז איינע צווישן פֿאַרשידענע סודותפֿולע געשעענישן, וואָס קאָטלערמאַנס דערציילער גיט אונדז איבער וועגן זייַנע קינדעריאָרן אויפֿן רוסישן ווײַטן מיזרח, און דערצו — אַ שליסל צו דער גאַנצער נאָוועלע.

די ליאַלקע פֿאַרקערפּערט, פֿאַרשטייט זיך, המן הרשע פֿון דער מגילה און די סצענע גופֿא איז אַ מין פּורימשפּיל. האַלטנדיק דאָס אין זינען, פֿאַרשטייט מען שוין, אַז די טראַגי־קאָמישע נאָוועלע איז אַליין אַ שטיקל פּורימשפּיל. נאָר פּונקט אַזוי, ווי דער פֿריילעכער יום־טובֿ פּורים איז אַ סימבאָל פֿאַר גאָר טראַגישע קאַפּיטלען אין דער ייִדישער געשיכטע, ליגט אויך הינטער קאָטלערמאַנס שטיפֿערישן „קוידערוועלש“ אַ רעאַליטעט, וואָס איז פֿול מיט ביטערע געשעענישן. אַרײַנגעשטעלט אין דער נאָוועלע זײַנען קורצע דערציילונגען, וועלכע באַזירן זיך אויף די לעבנס־געשיכטעס פֿון זײַנע באָבע-זיידעס, זײַנע קרובֿים און גאַנצע דורות סאָוועטישע ייִדן, וואָס האָבן אַדורכגעמאַכט פּאָגראָמען, מלחמות און סטאַליניסטישע רדיפֿות.

דאָס ווערט שוין קלאָר פֿונעם ערנסטן „פּראָלאָג“ פֿון דער טראַגי־קאָמעדיע, וואָס פֿירט אונדז צוריק אין האַרבסט 1946, אין ביראָבידזשאַן אָדער, ווי קאָטלערמאַן שרײַבט, בירע־בידזשאַן, ווי מע פֿלעג אַ מאָל שרײַבן דעם נאָמען פֿון דער שטאָט.

די סצענע, וואָס קאָטלערמאַן רעקאָנסטרויִרט אַרום אַ גרופּע ייִדישע שרײַבערס אין בירע־בידזשאַן, קומט פֿאָר „אינעם צוקונפֿטיקן מוזיי פֿאַר קאַנטקענטענישן“. דער שרײַבער דבֿ־בער סלוצקי (אַן אמתער מענטש דעמאָלט אין ביראָבידזשאַן) האָט נאָר וואָס פֿאָרגעלייענט פֿאַרן עולם שטיקלעך פֿון זײַן היסטאָרישן ראָמאַן וועגן דעם משיח־שקר בר־כּוכבא. ער אַנטפּלעקט זײַנע פּלענער אָנצושרײַבן אַן אַלעגאָרישע געשיכטע פֿון בירע־בידזשאַן, וואָס זאָל ווערן פֿאַרבונדן מיט יענער אַלטער ייִדישער געשיכטע. דער שמועס ווערט פֿאַרוואַנדלט אין אַ ליטעראַריש־פֿילאָסאָפֿישער דיסקוסיע און גייט באַלד אַריבער פֿון די מעלות און חסרונות פֿונעם ליטעראַרישן שטאָף צו דער אָנגעווייטיקטער עיקר־פֿראַגע: די צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט.

דער לייענער פֿאַרשטייט שוין, אַז די טראַגעדיע פֿון אָט דער גרופּע שרײַבערס ליגט אין דעם, אַז דער עצם וויכּוח זייערס אַרום דעם, ווי אַזוי צו שאַפֿן אַ מיטאָלאָגיע פֿאַר בירע־בידזשאַן, האָט ניט קיין צוקונפֿט. הײַנט ווייסן מיר, אַז אין יענע יאָרן איז בירע־בידזשאַן שוין פֿאראורטיילט געוואָרן צו פֿאַרבלײַבן אַ קליינע היסטאָרישע פֿוסנאָטע אינעם ייִדישן קאַמף „פֿאַר ערד, פֿאַר פֿרײַהייט“, וואָס איז געווען דער טיטל פֿון סלוצקיס ראָמאַן וועגן בר-כּוכבא. דער סאָוועטישער „האָמין“ האָט שוין פֿאַרסמט די מוחות מיט זײַנע בלוטיקע בילבולים און די בייזע גזירות זײַנען שוין געלעגן גרייט אין זײַן שופֿלאָד.

דער דערציילער אינעם הויפּטטייל פֿון דער נאָוועלע לעבט שוין צוויי דורות שפּעטער. מיט קינדערישער נאַיִווקייט און נײַגעריקייט ווערט ער אַרײַנגעצויגן אינעם לעבן פֿון אַ מאָדנעם „הויז“, וואָס געפֿינט זיך אין דער שטאָט „אַלטנײַלאַנד“, בײַם ים. דאָס איז אַוודאי תּל־אָבֿיבֿ. דאָרטן, אין איינער פֿון די שטילע געסלעך, נעמט ער באַלד אַן אָנטייל אין דער ווירבלענדיקער קאָמעדיע פֿון אַ קאָלירפֿול געזעמל מענטשן. דורך שרייַבער־אַסיפֿות און ליטעראַרישע אָוונטן ווערט ער אַרייַנגעצויגן אינעם געראַנגל מיט דער שטאָטישער ביוראָקראַטיע און ווערט אויך אַן עדות פֿון קינאת־סופֿרים און סתּם כּלערליי מענטשלעכע שוואַכקייטן.

דאָס „הויז“ איז, אַ פּנים, בית־לייוויק, אויך באַקאַנט ווי לייוויק־הויז, די אַכסניא פֿונעם פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן אין ישׂראל. די באַשריבענע כּמו־פּורימשפּילערישע סצענעס אינעם בוך שפּיגלען אָפּ די ליטעראַרישע אַרײַנגייער און געשעענישן בײַ דער אינסטיטוציע.

קאָטלערמאַן שפּילט זיך מיט מאָטיוון און פֿיגורן פֿון די אַמאָליקע פּורימשפּילן, כּדי אַרויסצושטעלן אויף אַ קאָמישן אופֿן געוויסע כאַראַקטער־שטריכן און שוואַכקייטן פֿון זײַנע מיטצײַטלער. מע קען דאָ אָבער אויך לייענען הומאָריסטישע עפּיזאָדן געבויט אויף שטיקלעך טראַגעדיע.

די טרויעריקע געשיכטע פֿון דער מיסטישער שפּראַך „קוידערוועלש“, וואָס איז, אייגנטלעך, די געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, בלײַבט אין אַ דערשלאָגענעם מצבֿ אויך אינעם „אייגענעם לאַנד“. אַוודאי ניט אַזוי בלוטיק־טראַגיש ווי אין איר סאָוועטישער תּקופֿה, אָבער אויך דאָ, בײַם ברעג מיטלענדישן ים, ווי דאָרטן, בײַ די ברעגן פֿונעם מעכטיקן אַמור־טײַך, ווײַט פֿון די „נאָסטאַלגישע זשיטאָמירן, קאַמענצעס און ביאַליסטאָקן“, ווי קאָטלערמאַן דריקט עס אויס, ווערט געפֿירט אַ דאָן־קיכאָטישער געראַנגל, ניט נאָר מיט די ווינטמילן פֿון דער שטאָטישער ביוראָקראַטיע, אָבער אויך מיט אייגענע פֿאַנטאַזיעס, פּלאָנטערס און חלומות.

די אויפֿגאַבע פֿונעם דערציילער, ווי ער גיט אונדז צו פֿאַרשטיין, איז צו שאַפֿן אַ קאַטאַלאָג פֿון די פֿילצאָליקע ביכער, וואָס געפֿינען זיך צעשפּרייט איבער די צימערן פֿונעם „הויז“. אין די־אָ ביכער האָפֿט ער צו געפֿינען אַ דערקלערונג פֿון דעם, וואָס ער האָט געזען און געהערט אין זײַנע קינדער־יאָרן. עס וואָלט אים זיך אפֿשר אײַנגעגעבן, אויב ניט איין קלייניקייט: די ביכער זײַנען פֿאַרשמידט מיט „גאָלדענע קייטעלעך“ און דערפֿאַר איז עס מעגלעך צו לייענען ניט מער ווי אַ פּאָר זײַטלעך.

די דאָזיקע פּאַראָדיע אויף דער קאָנצעפּציע פֿון דער „גאָלדענער קייט“ פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור איז אַ גוטער בײַשפּיל פֿון קאָטלערמאַנס שטיפֿערישער פֿאַנטאַזיע, וואָס אַנטפּלעקט זיך אין יעדער שורה פֿון זײַן, אויב מע וויל, פּאָסט־מאָדערניסטישן פּורימשפּיל. דאָס בוך איז פֿול מיט ליטעראַרישע רמזים און פֿאַרמאַסקירטע ציטאַטן, וואָס פֿאַרשאַפֿן אַ באַזונדערע הנאה בײַם לייענער. ווי געניט קאָטלערמאַן פֿלעכט זיי אַרײַן, קען באַווײַזן אַן עפּיזאָד אין איינער פֿון די קליינע דערציילונגען, וואָס דער נאַראַטאָר איז מצליח צו לייענען אין אַ בוך פֿאַרקאָוועט מיט „גאָלדענע קייטעלעך“. די רייד גייט דאָרטן וועגן די לעצטע פֿרומע ייִדן פֿונעם אַלטן דור אין בירע־בידזשאַן אין די 1960ער יאָרן. אין דער קליינער דירה פֿון זײַן חבֿר באַטראַכט איינער אַ קליגמאַן „…די ביכער־רוקנס אינעם סערוואַנט. כּמעט דעם זעלבן ׳רעפּערטואַר׳ האָט ער געהאַט בײַ זיך אין שטוב: אַלע ווערק פֿון פּושקין, נתן ריבאַק, שלום־עליכם, פֿאַדייעווס ׳צעשמעטערונג׳, עטלעכע רויטע בענד פֿון פֿויכטוואַנגער… קליגמאַן האָט אַרויסגענומען איינעם פֿון פֿויכטוואַנגערס בענד און מאַשינעל אַ בלעטער געטאָן –

אָט דער דאָזיקער יוסף בן־מתּיתיהו, דער כּהן פֿון דער צווייטער אַשמורה, וואָס איז געווען באַקאַנט אין דער גאַנצער וועלט אונטער דעם נאָמען יאָסעפֿוס פֿלאַוויוס, איז געלעגן איצט בײַם וועג

די־אָ ציטאַט פֿון ליִאָן פֿויכטוואַנגערס „יאָסעפֿוס־טרילאָגיע“ איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט קיין צופֿאַל, נאָר אַ רמז אויפֿן ווײַטערדיקן גאַנג פֿון דער דערציילונג. פּונקט ווי יאָסעפֿוס, געפֿינט אויך דער אַלטער בירע־בידזשאַנער חזן זײַן טויט בײַ די הענט פֿון גזלנים און שטאַרבט אויפֿן וועג. מיט דעם איז שוין מער ניטאָ קיין מנין אין בירע־בידזשאַן, וואָס זאָל זאָגן קדיש נאָך אים.

סע גייט דאָ אָבער ניט נאָר אין דער „נבֿואה“ אויפֿן טויט פֿונעם אַלטן בעל־תּפֿילה. קאָטלערמאַן גיט דאָ אויך אַ רמז אויף דער ביטערער איראָניע, וואָס דווקא די ווערק פֿונעם דײַטשיש־ייִדישן שרײַבער פֿויכטוואַנגער האָבן געהערט צום ביכער־רעפּערטואַר פֿון אַ סאָוועטישן ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר.

דער פֿאַקט, אַז פֿויכטוואַנגער איז געווען „כּשר“ בײַם סאָוועטישן רעזשים, האָט צו טאָן מיט זײַן קאָנטראָווערסאַלן רעפּאָרטאַזש „מאָסקווע 1937“, אָנגעשריבן נאָך זײַן דעמאָלטיקער רײַזע איבער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ווען די סטאַליניסטישע „טשיסטקעס“, די פּאַרטיי־רייניקונגען, זײַנען געווען אין פֿולן ברען. מיט דעם־אָ בוך, מיט וועלכן פֿויכטוואַנגער איז „געפֿאַלן כּורעים“ פֿאַרן מערדערישן רעזשים און פֿון וועלכן ער האָט זיך קיינמאָל ניט אָפּגעזאָגט, האָט ער זיך געקויפֿט דעם זכות צו זײַן אַ „פֿרײַנד פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד“.

קאָטלערמאַן דערציילט אָבער ניט נאָר וועגן אַנטוישונג, אונטערגאַנג און טויט. מיט זײַן רײַכער, בייגעוודיקער און לעבעדיקער שפּראַך, מיט זײַנע דערפֿינדערישע און שפּילערישע סטיליזאַציעס איז די נאָוועלע „קוידערוועלש“ אַ בולטער באַווײַז פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער שעפֿערישקייט אינעם 21סטן יאָרהונדערט. די ליטעראַטור, וואָס האָט שוין איבערגעלעבט מער ווי איין „האָמין“ ימח שמם, לעבט ווײַטער.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version